1 איך דערמאן צו אייך צום גוטן אונדזער שוועסטער פעבע, וועלכע איז אויך א שמשית אין דער קהלה פון קענקרעא, 2 כדי איר זאלט זי אזוי אויפנעמען אינם האר ווי עס שטייט אָן פאר קדושים, אז איר זאלט איר העלפן אין אלעם, אין וואס זי וועט אייך נאר ברויכן; ווארום זי איז אויך געווען א העלפערין פאר פילע, און פאר מיר אליין.