Pular para o conteúdo
Publicidade

רוימער בריוו 2

1 דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן; 2 און מיר ווייסן אז ה׳ס משפט איז לויט דעם אמת אויף די, וואס טאן די דאזיקע זאכן. 3 צי מיינסטו דען, אָ מענטש, וואס משפטסט די, וואס טאן די דאזיקע זאכן און טוסט זיי אליין, אז דו וועסט אויסמיידן ה׳ס משפט?

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também