6 וואס וועט יעדן פארגעלטן לויט זיינע מעשים: (משלי כד, ב.) 7 צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן; 8 אבער צו די ווידערשפעניקע און וואס זענען אומגעהארכזאם צום אמת נאר זענען געהארכזאם צו רשעות—צארן און גרימצארן; 9 ליידן און אנגסט אויף יעדן מענטשלעכן נפש, וואס טוט שלעכטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך. 10 אבער הערלעכקייט און כבוד און שלום צו יעדן, וואס טוט גוטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך; 11 ווארום ה׳ איז נישט קיין נושא פנים. (דברים י, יז.)