11 אזוי זאלט איר זיך אויך באטראכטן ווי טויט צו דער זינד, אבער לעבעדיק צו ה׳ אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.
12 זאל זשע די זינד נישט קעניגן אין אייער שטערבלעכן קערפער צו געהארכן זיינע תאוות; 13 אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳.