1 אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע. 2 ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט. 3 ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש; 4 כדי די צדקות פון דער תורה זאל דערפילט ווערן אין אונדז, וואס לעבן נישט לויטן פלייש נאר לויטן גייסט.
Publicidade
Publicidade