12 וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב. 13 זאל קיינער נישט זאגן, ווען ער ווערט אויסגעפרואווט: איך ווער אויסגעפרואווט פון ה׳; ווארום ה׳ קען נישט אויסגעפרואווט ווערן מיט שלעכטס, און ער אליין פרואווט קיינעם נישט אויס; 14 יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט. 15 דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט.
Publicidade
Publicidade