3 און אויב מיר לייגן אריין ציימלעך אין די מיילער פון די פערד, כדי זיי צו מאכן געהארכזאם צו אונדז, פירן מיר אויך דעם גאנצן קערפער זייערן. 4 אָט אויך די שיפן, הגם זיי זענען אזוי גרויס און ווערן געטריבן פון שטארקע ווינטן, ווערן דאך געלענקט פון דעם קלענסטן רודער, וואואהין דער שטייערמאן וויל. 5 פונקט אזוי איז אויך די צונג א קליין אבר, און בארימט זיך מיט גרויסע זאכן. זע, וואס פאר א גרויסן וואלד א קליין פייערל קען אנצינדן! 6 אויך די צונג איז א פייער; ווי א וועלט פון אומגערעכטיקייט שטייט זי צווישן אונדזערע אברים, זי באפלעקט דעם גאנצן קערפער און צינדט אָן דעם לויף פון לעבן און ווערט (אליין) אנגעצונדן פונם גיהנום.
Publicidade