15 און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן. 16 זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל.