17 אליהו (הנביא) איז געווען א מענטש גלייך צו אונדז, און האט מתפלל געווען א תפילה, אז עס זאל נישט רעגענען; און עס האט נישט גערעגנט אויף דער ערד דריי יאר און זעקס חדשים לאנג. 18 און ער האט ווידער תפילה געטאן; און דער הימל האט געגעבן רעגן, און די ערד האט ארויסגעשפראצט איר פרוכט. (מלכים א יז, א; יח, א.)