6 אויב איינער איז אָן א פעלער, דער מאן פון איין ווייב, האט גלויביקע קינדער, וועמען מען באשולדיקט נישט אין צעלאזנקייט, אדער אומגעהארכזאמקייט. 7 ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין; 8 נאר א מכניס אורח, וואס האט ליב גוטס, מיט שליטה איבער זיך, א צדיק, א קדוש, 9 וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.