1אַ תּפֿילה פֿון חֲבַֿקוּק דעם נבֿיא אױף שִגיוֹנות.
3אֱלוֹהַּ קומט פֿון תֵּימָן,און דער הײליקער פֿון באַרג פּאָרָן.סֶלָה.זײַן גלאַנץ באַדעקט די הימלען,און מיט זײַן ליכטיקײט איז פֿול די ערד.
9בלױז אַנטבלױזט איז דײַן בױגן,באַשװאָרן די פֿײַלן פֿון דײַן װאָרט. סֶלָה.אין טײַכן צעשפּאַלטסטו די ערד.