1 אין צװײטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶש, אין זעקסטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ דורך חַגַי דעם נבֿיא צו זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, דעם פֿירשט פֿון יהוּדה, און צו יְהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כּהן-גָדול, אַזױ צו זאָגן:
2 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן: דאָס דאָזיקע פֿאָלק זאָגט: די צײַט איז נאָך נישט געקומען, די צײַט אַז דאָס הױז פֿון ה׳ זאָל געבױט װערן – 3 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען דורך חַגַי דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: 4 איז דאָס אײַך אַ צײַט, איר זאָלט זיצן אין אײַערע צוגעדעקטע הײַזער, בעת דאָס דאָזיקע הױז איז חרובֿ? 5 און אַצונד האָט ה׳ צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט: נעמט אײַך צום האַרצן אײַערע װעגן: 6 איר זײט פֿיל, און ברענגט אַרײַן װינציק, איר עסט, אָבער נישט צו זאַט, איר טרינקט, אָבער נישט גענוג זיך אָנצוטרינקען, איר קלײדט זיך, און קײנעם איז נישט װאַרעם, און דער װאָס פֿאַרדינט, פֿאַרדינט אין אַ לעכערדיקן בײַטל.
7 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: נעמט אײַך צום האַרצן אײַערע װעגן. 8 גײט אַרױף אין דעם געבערג, און איר זאָלט ברענגען האָלץ, און בױט דאָס הױז, און איך װעל עס באַװיליקן, און איך װעל געערלעכט װערן, זאָגט ה׳. 9 איר ריכט זיך אױף פֿיל, ערשט עס װערט װינציק, און אַז איר ברענגט עס אַהײם, בלאָז איך עס אַװעק. איבער װאָס? זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת; איבער מײַן הױז װאָס איז חרובֿ, בעת איר לױפֿט איטלעכער אין זײַן הױז. 10 דערום האָבן די הימלען איבער אײַך פֿאַרמיטן דעם טױ, און די ערד האָט פֿאַרמיטן איר געװעקס. 11 און איך האָב אױסגערופֿן אַ טריקעניש אױפֿן לאַנד, און אױף די בערג, און אױף דער תּבֿואה, און אױפֿן װײַן, און אױפֿן אײל, און אױף װאָס נאָר די ערד ברענגט אַרױס, און אױפֿן מענטשן, און אױף דער בהמה, און אױף יעטװעדער מי פֿון די הענט.
12 האָט זרובבֿל דער זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון יהוֹצָדָקן, דער כּהן-גָדול, און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון דעם פֿאָלק, צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ זײער ג-ט, און צו די װערטער פֿון חַגַי דעם נבֿיא, אַזױ װי ה׳ זײער ג-ט האָט אים געשיקט; און דאָס פֿאָלק האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳. 13 און חַגַי דער שליח פֿון ה׳ האָט געזאָגט אין דער שליחות פֿון ג-ט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: איך בין מיט אײַך, זאָגט ה׳. 14 און ג-ט האָט דערװעקט דעם גײַסט פֿון זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, דעם פֿירשט פֿון יהוּדה, און דעם גײַסט פֿון יְהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כּהן-גָדול, און דעם גײַסט פֿון גאַנצן איבערבלײַב פֿון דעם פֿאָלק, און זײ זײַנען געקומען, און האָבן געטאָן אַרבעט אױף דעם הױז פֿון ה׳ צבָֿאוֹת זײער ג-ט, 15 אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, אין זעקסטן חודש, אין צװײטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶש.