1 אין זיבעטן חודש, אין אײן און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען דורך חַגַי דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: 2 זאָג נאָר צו זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, דעם פֿירשט פֿון יהוּדה, און צו יְהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כּהן-גָדול, און צום איבערבלײַב פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 3 װער צװישן אײַך איז געבליבן, װאָס האָט געזען דאָס דאָזיקע הױז אין זײַן ערשטן פּראַכט? און װי קוקט איר עס אָן אַצונד? איז עס נישט װי גאָרנישט אין אײַערע אױגן? 4 אָבער זײַ שטאַרק אַצונד, זרובבֿל, זאָגט ה׳, און זײַ שטאַרק, יְהוֹשועַ זון פֿון יהוֹצָדָקן, דו כּהן-גָדול, און זײַט שטאַרק, דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, זאָגט ה׳, און טוט, װאָרעם איך בין מיט אײַך, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, 5 לױט דעם װאָרט װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אײַך בײַ אײַער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם; און מײַן גײַסט, שטײט צװישן אײַך; איר זאָלט נישט מורא האָבן. 6 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: נאָך אײן קלײן װײַלע, און איך שטורעם-אױף די הימלען און די ערד, און דעם ים און די יבשה. 7 און איך װעל אױפֿשטורעמען אַלע פֿעלקער, און אָנקומען אַהער װעלן די געגלוסט פֿון אַלע פֿעלקער, און איך װעל אָנפֿילן דאָס דאָזיקע הױז מיט פּראַכט, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת. 8 מײַן איז דאָס זילבער, און מײַן איז דאָס גאָלד, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת. 9 גרעסער װעט זײַן די פּראַכט פֿון דעם דאָזיקן לעצטן הױז װי פֿון דעם ערשטן, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת; און אין דעם דאָזיקן אָרט װעל איך געבן שלום, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
10 אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג אין נײַנטן חודש, אין צװײטן יאָר פֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען דורך חַגַי דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: 11 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: פֿרעג אַקאָרשט די כּהנים אַ דין, אַזױ צו זאָגן: 12 אַז אַ מאַן װעט טראָגן הײליק פֿלײש אין ברעג פֿון זײַן קלײד, און װעט זיך אָנרירן מיט זײַן ברעג אָן ברױט, אָדער אָן געקעכטס, אָדער אָן װײַן, אָדער אָן אײל, אָדער אָן װאָסער עס איז עסנװאַרג, װעט עס הײליק װערן? האָבן געענטפֿערט די כּהנים און האָבן געזאָגט: נײן! 13 האָט חַגַי געזאָגט: אױב אײנער װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן, װעט זיך אָנרירן אָן אַל דעם דאָזיקן, װעט עס װערן אומרײן? האָבן געענטפֿערט די כּהנים און האָבן געזאָגט: עס װעט װערן אומרײן. 14 האָט חַגַי זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: אַזױ איז דער דאָזיקער עוֹלם, און אַזױ איז דאָס דאָזיקע פֿאָלק פֿאַר מיר, זאָגט ה׳, און אַזױ איז יעטװעדער טוּונג פֿון זײערע הענט; און װאָס זײ זײַנען דאָרטן מקריבֿ, איז אומרײן. 15 און אַצונד לײגט צו, איך בעט אײַך, אײַער האַרץ פֿון הײַנטיקן טאָג אָן און װײַטער. אײדער מע האָט געלײגט אַ שטײן אױף אַ שטײן אין דעם הֵיכל פֿון ה׳, 16 אַז מע פֿלעגט קומען צו אַ הױפֿן פֿון צװאַנציק מאָס, פֿלעגט זײַן צען; מע איז געקומען צום קעלטער אָנשעפּן פֿופֿציק פּוּרָה, און עס פֿלעגט זײַן צװאַנציק. 17 איך האָב אײַך געשלאָגן מיט קאָרנבראַנד און מיט װעלקעניש און מיט האָגל אין אַל דער אַרבעט פֿון אײַערע הענט, אָבער איר האָט זיך נישט געקערט צו מיר, זאָגט ה׳. 18 לײגט צו, איך בעט אײַך, אײַער האַרץ פֿון הײַנטיקן טאָג אָן און װײַטער; פֿון פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג אין נײַנטן חודש, פֿון דעם טאָג אָן װאָס דער הֵיכל פֿון ה׳ איז געגרונטפֿעסט געװאָרן, לײגט צו אײַער האַרץ. 19 איז דען נאָך דאָ זאָמען אין שפּײַכלער? און צו מאָל דער װײַנשטאָק, און דער פֿײַגנבױם,
און דער מילגרױמבױם, און דער אײלבערטבױם, האָט נישט געטראָגן; פֿון הײַנטיקן טאָג אָן װעל איך בענטשן.
20 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען אַ צװײט מאָל צו חַגַין, אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, אַזױ צו זאָגן: 21 זאָג צו זרובבֿל דעם פֿירשט פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: איך שטורעם-אױף די הימלען און די ערד. און איך װעל איבערקערן דעם טראָן פֿון מלוכות, און װעל פֿאַרטיליקן די שטאַרקײט פֿון די מלוכות פֿון די פֿעלקער, 22 און װעל איבערקערן דעם רײַטװאָגן מיט זײַנע רײַטער, און נידערן װעלן פֿערד מיט זײערע רײַטער, אײנער דורכן אַנדערנס שװערד. 23 אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, װעל איך דיך נעמען, זרובבֿל זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, מײַן קנעכט, זאָגט ה׳, און איך װעל דיך מאַכן װי אַ זיגלרינג, װאָרעם דיך האָב איך אױסדערװײלט, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.