1 איך האָב געזען אֲדֹנָי שטײן אױפֿן מזבח, און ער האָט געזאָגט:
שלאָג די זײַלנקעפּ, אַז די בײַשטידלעך זאָלן ציטערן,
און צעברעך זײ איבער זײערע אַלעמענס קעפּ;
און זײער איבערבלײַב װעל איך הרגען מיטן שװערד;
נישט אַנטלױפֿן װעט פֿון זײ אַן אַנטלאָפֿענער,
און נישט ראַטעװען װעט זיך פֿון זײ אַן אַנטרונענער.
2 אַז זײ װעלן זיך פֿאַרגראָבן אין שְׁאֹול,
װעט זײ פֿון דאָרטן אַרױסנעמען מײַן האַנט,
און אַז זײ װעלן אַרױפֿגײן אין הימל,
װעל איך זײ פֿון דאָרטן אַראָפּנידערן.
3 און אַז זײ װעלן זיך באַהאַלטן אױפֿן שפּיץ כַּרמֶל,
װעל איך פֿון דאָרטן אױפֿזוכן און זײ צונעמען,
און אַז זײ װעלן זיך פֿאַרבאָרגן
פֿון פֿאַר מײַנע אױגן אױפֿן גרונט פֿון ים,
װעל איך דאָרטן באַפֿעלן דער שלאַנג,
און זי װעט זײ אײַנבײַסן.
4 און אַז זײ װעלן גײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט פֿאַר זײערע פֿײַנט,
װעל איך דאָרטן באַפֿעלן דער שװערד, און זי װעט זײ הרגען,
און איך װעל טאָן אױף זײ מײַן אױג
צום בײזן און נישט צום גוטן.
5 װאָרעם אֲדֹנָי ה׳ פֿון צבָֿאוֹת
איז דער װאָס רירט אָן די ערד און זי װאַקלט זיך,
און אַלע װױנער אױף איר טרױערן;
און זי הײבט זיך אױף אין גאַנצן װי דער טײַך,
און זעצט זיך אַראָפּ װי דער טײַך פֿון מִצרַיִם.
6 דער װאָס בױט אין הימל זײַנע אײבערקאַמערן,
און גרונטפֿעסט זײַן געװעלב אױף דער ערד;
װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים,
און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד;
ה׳ איז זײַן נאָמען.
7 פֿאַר װאָר, אַזױ װי די קינדער פֿון כּוּשים זײַט איר מיר,
קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט ה׳.
פֿאַר װאָר, איך האָב אױפֿגעבראַכט יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם,
און די פּלִשתּים פֿון כַּפֿתּוֹר,
און אַרָם פֿון קיר.
8 זע, די אױגן פֿון אֲדֹנָי ה׳
זײַנען אױף דעם זינדיקן קיניגרײַך,
און איך פֿאַרטיליק עס פֿון געזיכט פֿון דער ערד,
אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך נישט פֿאַרטיליקן דאָס הױז פֿון יעקבֿ,
זאָגט ה׳.
9 װאָרעם זע, איך באַפֿעל און װעל לאָזן שאָקלען
דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל צװישן אַלע פֿעלקער,
אַזױ װי עס װערט געשאָקלט אין אַ זיפּ;
אָבער נישט אַ קערנדל װעט פֿאַלן צו דער ערד.
10 דורכן שװערד װעלן שטאַרבן אַלע זינדיקע פֿון מײַן פֿאָלק,
װאָס זאָגן: נישט גענענען און זיך פֿעדערן אױף אונדז װעט דאָס בײז.
11 אין יענעם טאָג װעל איך אױפֿשטעלן
דאָס אײַנגעפֿאַלענע בײַדל פֿון דָוִד,
און איך װעל פֿאַרמױערן אירע בראָכן,
און זײַנע חורבֿות װעל איך אױפֿשטעלן,
און װעל עס אױפֿבױען װי אין אַמאָליקע טעג;
12 כּדי עס זאָלן אַרבן דעם איבערבלײַב פֿון אֶדוֹם און אַלע פֿעלקער
די װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף זײ,
זאָגט ה׳, דער װאָס טוט דאָס דאָזיקע.
13 זע, טעג קומען, זאָגט ה׳,
און דער אַקערער װעט זיך אָנשטױסן אָן דעם שניטער,
און דער טרױבנטרעטער אָן דעם זריעה-װאַרפֿער;
און די בערג װעלן טריפֿן זאַפֿט,
און אַלע הײכן װעלן צעגײן.
14 און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל,
און זײ װעלן אָפּבױען פֿאַרװיסטע שטעט און זיך באַזעצן,
און פֿלאַנצן װײַנגערטנער און טרינקען זײער װײַן,
און מאַכן גערטנער און עסן זײער פֿרוכט.
15 און איך װעל זײ אײַנפֿלאַנצן אױף זײער ערד,
און זײ װעלן מער נישט אױסגעריסן װערן
פֿון דער ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן,
זאָגט ה׳ דײַן ג-ט.