Publicidade

Amós 2

1 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון מוֹאָבֿ,

יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן:

פֿאַר זײַן פֿאַרברענען די בײנער

פֿון דעם מלך פֿון אֶדוֹם אױף קאַלך.

2 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף מוֹאָבֿ,

און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון קריוֹת,

און שטאַרבן מיט געטומל װעט מוֹאָבֿ,

מיט שאַלונג און אַ קֹול פֿון שופֿר.

3 און איך װעל פֿאַרשנײַדן אַ ריכטער פֿון איר מיט,

און אַלע אירע האַרן װעל איך הרגען מיט אים,

זאָגט ה׳.

4 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון יהוּדה,

יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן:

פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַראַכט די תּורה פֿון ה׳,

און זײַנע געזעצן נישט געהיט;

און זײערע ליגנס האָבן זײ פֿאַרפֿירט,

די װאָס זײערע עלטערן זײַנען נאָכגעגאַנגען נאָך זײ.

5 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף יהוּדה,

און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ירושָלַיִם.

6 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון יִשׂרָאֵל,

יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן:

פֿאַר זײער פֿאַרקױפֿן פֿאַר געלט דעם גערעכטן,

און דעם אבֿיון פֿאַר אַ פּאָר שיך.

7 זײ, װאָס װילן צעטרעטן אױף דעם שטױב ערד

אױפֿן קאָפּ פֿון די אָרימע,

און דעם װעג פֿון די געדריקטע פֿאַרדרײען זײ;

און אַ מאַן און זײַן פֿאָטער גײען צו אײן מײדל,

כּדי צו פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען.

8 און אױף פֿאַרמשכּונטע קלײדער

ציען זײ זיך אױס לעבן איטלעכן מזבח,

און װײַן פֿון באַשטראָפֿטע

טרינקען זײ אין הױז פֿון זײער ג-ט.

9 און איך האָב פֿאַרטיליקט פֿאַר זײ דעם אֶמוֹרי,

װאָס װי די הײך פֿון צעדערן איז געװען זײַן הײך,

און שטאַרק איז ער געװען װי אײכנבײמער;

און איך האָב פֿאַרטיליקט זײַן פֿרוכט פֿון אױבן,

און זײַנע װאָרצלען פֿון אונטן.

10 און איך האָב אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם,

און אײַך געפֿירט אין דער מדבר פֿערציק יאָר,

צו אַרבן דאָס לאַנד פֿון אֶמוֹרי.

11 און איך האָב אױפֿגעשטעלט פֿון אײַערע זין פֿאַר נבֿיאים,

און פֿון אײַערע יונגעלײַט פֿאַר נזירים;

צי איז דאָס נישט אַזױ, קינדער פֿון יִשׂרָאֵל?

זאָגט ה׳.

12 אָבער איר האָט געמאַכט טרינקען די נזירים װײַן,

און די נבֿיאים האָט איר באַפֿױלן אַזױ צו זאָגן:

איר זאָלט נישט נבֿיאות זאָגן.

13 זעט, איך דריק אײַך אַרונטער

װי עס דריקט דער װאָגן פֿול מיט גאַרבן.

14 און אַנטרינונג װעט פֿאַרלאָרן זײַן פֿון דעם פֿלינקן,

און דער שטאַרקער װעט נישט אָנהאַלטן זײַן כּוֹח,

און דער גיבור װעט נישט ראַטעװען זײַן נפֿש.

15 און דער בױגנהאַלטער װעט נישט באַשטײן,

און דער פֿלינקער אױף זײַנע פֿיס װעט זיך נישט ראַטעװען,

און דער רײַטער אױף אַ פֿערד װעט נישט ראַטעװען זײַן נפֿש.

16 און דער שטאַרקהאַרציקער צװישן די גיבוֹרים

װעט אַ נאַקעטער אַנטלױפֿן אין יענעם טאָג,

זאָגט ה׳.

Veja também

Publicidade
Amós
Ver todos os capítulos de Amós
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-