Publicidade

Amós 1

1 די װערטער פֿון עָמוֹסן, װאָס איז געװען פֿון די שאָפֿלײַט פֿון תּקוֹעַ; װאָס ער האָט געזען אױף יִשׂרָאֵל אין די טעג פֿון עוּזִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה, און אין די טעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון יוֹאָשן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, צװײ יאָר פֿאַר דער ערדציטערניש.

2 און ער האָט געזאָגט:

ה׳ װעט ברילן פֿון צִיוֹן,

און פֿון ירושָלַיִם װעט ער אַרױסלאָזן זײַן קֹול,

און די פֿיטערפּלעצער פֿון די פּאַסטוכער װעלן טרױערן,

און דער שפּיץ כַּרמֶל װעט פֿאַרטריקנט װערן.

3 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון דַמֶשֶׂק,

יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן:

פֿאַר זײער דרעשן גִלעָד מיט אײַזערנע דרעששליטנס.

4 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף דעם הױז פֿון חַזָאֵל,

און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון בֶן-הַדַד.

5 און איך װעל צעברעכן דעם ריגל פֿון דַמֶשֶׂק,

און װעל פֿאַרשנײַדן אַ באַװױנער פֿון בקעַת-אָוֶן,

און דעם װאָס האַלט אַ צעפּטער פֿון בֵית-עֶדֶן;

און דאָס פֿאָלק פֿון אַרָם װעט אין גלות גײן קײן קיר, זאָגט ה׳.

6 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון עַזָה,

יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן:

פֿאַר זײער פֿאַרטרײַבן אַ גאַנצע געפֿאַנגענשאַפֿט,

כּדי איבערצוענטפֿערן צו אֶדוֹם.

7 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף דער מױער פֿון עַזָה,

און עס װעט פֿאַרצערן אירע פֿעסטונגען.

8 און איך װעל פֿאַרשנײַדן אַ באַװױנער פֿון אַשדוֹד,

און דעם װאָס האַלט אַ צעפּטער פֿון אַשקלוֹן;

און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף עֶקרוֹן,

און דער איבערבלײַב פֿון די פּלִשתּים װעט אונטערגײן,

זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

9 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון צוֹר,

יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן:

פֿאַר װאָס זײ האָבן איבערגעענטפֿערט אַ גאַנצע געפֿאַנגענשאַפֿט צו אֶדוֹם,

און נישט געדאַכט אָן דעם ברית פֿון ברידער.

10 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף דער מױער פֿון צוֹר,

און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן.

11 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון אֶדוֹם,

יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן:

פֿאַר װאָס ער האָט נאָכגעיאָגט זײַן ברודער מיטן שװערד,

און דערשטיקט זײַן רחמנות,

און זײַן כּעס האָט שטענדיק פֿאַרצוקט,

און ער האָט אײביק געהאַלטן זײַן גרימצאָרן.

12 און איך װעל שיקן אַ פֿײַער אױף תֵּימָן,

און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון בָצרָה.

13 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַר דרײַ פֿאַרברעכן פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן,

יאָ, פֿאַר פֿיר, װעל איך עס נישט אָפּהאַלטן:

פֿאַר זײער אױפֿשפּאַלטן די טראָגעדיקע פֿון גִלעָד,

כּדי צו דערברײטערן זײער געמאַרק.

14 און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אױף דער מױער פֿון רַבָה,

און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן,

מיט שאַלונג אין טאָג פֿון מלחמה,

מיט שטורעם אין טאָג פֿון געװיטער.

15 און זײער מלך װעט גײן אין גלות,

ער און זײַנע האַרן אין אײנעם,

זאָגט ה׳.

Veja também

Publicidade
Amós
Ver todos os capítulos de Amós
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-