1 אַזױ האָט מיר אֲדֹנָי ה׳ געװיזן: ערשט אַ קאָרב זומעראױבס. 2 און ער האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ קאָרב זומעראױבס. האָט ה׳ צו מיר געזאָגט:
געקומען איז דער סוף אױף מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל,
איך װעל אים מער װידער נישט פֿאַרגעבן.
3 און יאָמערן װעלן די געזאַנגען פֿון פּאַלאַץ אין יענעם טאָג,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳;
פּגרים װעלן זײַן פֿיל,
אין יעטװעדער אָרט װעט זײַן אָנגעװאָרפֿן אַ שטילקײט.
4 הערט דאָס צו, איר װאָס װילט אײַנשלינגען דעם אבֿיון,
און פֿאַרטיליקן די אָרימע פֿון לאַנד,
5 אַזױ צו זאָגן: װען װעט אַריבער ראָש-חודש,
אַז מיר זאָלן פֿאַרקױפֿן תּבֿואה,
און שבת, אַז מיר זאָלן עפֿענען קאָרן,
צו פֿאַרקלענערן די אֵיפֿה, און צו פֿאַרגרעסערן דעם שֶקל,
און צו פֿאַרדרײען מיט פֿאַלשע װאָגשאָלן;
6 כּדי צו קױפֿן פֿאַר געלט די אָרימע,
און דעם אבֿיון פֿאַר אַ פּאָר שיך,
און דעם אָפּפֿאַל פֿון קאָרן זאָלן מיר פֿאַרקױפֿן.
7 ה׳ האָט געשװאָרן בײַ דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ:
אױב איך װעל אײביק פֿאַרגעסן אַלע זײערע מעשׂים!
8 זאָל איבער דעם נישט ציטערן די ערד,
און טרױערן איטלעכער װאָס װױנט אױף איר?
יאָ, זי װעט זיך אױפֿהײבן אין גאַנצן װי דער טײַך,
און צערודערט װערן און זיך אַראָפּזעצן
װי דער טײַך פֿון מִצרַיִם.
9 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳,
װעל איך מאַכן אונטערגײן די זון אין מיטן טאָג,
און פֿינצטער מאַכן די ערד אין העלן טאָג.
10 און איך װעל פֿאַרקערן אײַערע יוֹם-טובֿים אין טרױער,
און אַלע אײַערע געזאַנגען אין אַ קלאָג,
און איך װעל אַרױפֿברענגען אױף אַלע לענדן זאַק,
און אױף איטלעכן קאָפּ אַ פּליך,
און איך װעל עס מאַכן װי דער טרױער נאָך אַן אײנאײנציקן,
און איר סוף, װי אַ ביטערן טאָג.
11 זע, טעג קומען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳,
און איך װעל שיקן אַ הונגער אין לאַנד,
נישט אַ הונגער נאָך ברױט, און נישט אַ דאָרשט נאָך װאַסער,
נײַערט צו הערן די װערטער פֿון ג-ט.
12 און זײ װעלן װאָגלען פֿון ים צו ים,
און פֿון צָפֿוֹן ביז מזרח;
זײ װעלן אומװאַנדערן צו זוכן ה׳ס װאָרט,
און זײ װעלן נישט געפֿינען.
13 אין יענעם טאָג װעלן חלשן די שײנע יונגפֿרױען
און די בחורים פֿון דאָרשט.
14 די װאָס שװערן בײַ דער זינד פֿון שוֹמרוֹן,
און זאָגן: אַזױ װי עס לעבט דײַן ג-ט, דָן!
און: אַזױ װי עס לעבט דער װעג באֵר-שֶבַֿע!
און זײ װעלן פֿאַלן, און װעלן מער נישט אױפֿשטײן.