Publicidade

Amós 7

1 אַזױ האָט מיר אֲדֹנָי ה׳ געװיזן: ערשט ער האָט באַשאַפֿן אַ הײשעריק אין אָנהײב אױפֿגײן פֿון דער שפּעט-תּבֿואה, און זע, דאָס איז געװען די שפּעט-תּבֿואה נאָך דעם מלכס שניט. 2 און עס איז געװען, אַז ער האָט געענדיקט אױפֿעסן דאָס גראָז פֿון לאַנד, האָב איך געזאָגט:

װי, ה׳ דו אֲדֹנָי, פֿאַרגיב, איך בעט דיך;

װי קען באַשטײן יעקבֿ, אַז ער איז אַזױ קלײן?

3 האָט ה׳ חרטה געהאַט דערױף:

דאָס װעט נישט געשען, האָט ה׳ געזאָגט.

4 אַזױ האָט מיר אֲדֹנָי ה׳ געװיזן: ערשט אֲדֹנָי ה׳ האָט אױסגערופֿן אַ קריג דורך פֿײַער, און עס האָט פֿאַרצערט דעם גרױסן תּהום, און װאָלט פֿאַרצערט דאָס לאַנד. 5 האָב איך געזאָגט:

ה׳ דו אֲדֹנָי, הער אױף, איך בעט דיך;

װי קען באַשטײן יעקבֿ, אַז ער איז אַזױ קלײן?

6 האָט ה׳ חרטה געהאַט דערױף:

דאָס אױך װעט נישט געשען, האָט אֲדֹנָי ה׳ געזאָגט.

7 אַזױ האָט ער מיר געװיזן: ערשט אֲדֹנָי שטײט אױף אַ שנורגלײַכער מױער, און אין זײַן האַנט איז אַ װאָגשנור. 8 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ װאָגשנור. האָט אֲדֹנָי געזאָגט:

זע, איך צי אַ װאָגשנור

צװישן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל,

איך װעל אים מער װידער נישט פֿאַרגעבן.

9 און די בָמות פֿון יצחק װעלן פֿאַרװיסט װערן,

און די הײליקטומען פֿון יִשׂרָאֵל װעלן חרובֿ װערן,

און איך װעל אױפֿשטײן אױפֿן הױז פֿון יָרָבֿעָם מיטן שװערד.

10 און אַמַציָה דער כּהן פֿון בֵית-אֵל האָט געשיקט צו יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: עָמוֹס האָט געמאַכט אַ בונט אױף דיר צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; דאָס לאַנד קען נישט אױסהאַלטן אַלע זײַנע רײד. 11 װאָרעם עָמוֹס האָט אַזױ געזאָגט:

דורכן שװערד װעט שטאַרבן יָרָבֿעָם,

און יִשׂרָאֵל װעט אין גלות

אַװעק פֿון זײַן ערד.

12 און אַמַציָה האָט געזאָגט צו עָמוֹסן: זעער, גײ אַנטלױף דיר קײן לאַנד יהוּדה, און עס דאָרטן ברױט, און דאָרטן זאָלסטו נבֿיאות זאָגן. 13 אָבער אין בֵית-אֵל זאָלסטו מער װידער נבֿיאות נישט זאָגן װאָרעם עס איז אַ מלכס הײליקטום, און עס איז אַ הױז פֿון מלוכה.

14 האָט געענטפֿערט עָמוֹס און האָט געזאָגט צו אַמַציָהן: נישט קײן נבֿיא בין איך, און נישט קײן זון פֿון אַ נבֿיא בין איך, נײַערט אַ פּאַסטוך פֿון רינדער בין איך, און אַ צוריכטער פֿון װילדע פֿײַגן. 15 און ה׳ האָט מיך גענומען פֿון הינטער די שאָף, און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: גײ זאָג נבֿיאות צו מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 16 און אַצונד הער דאָס װאָרט פֿון ה׳:

דו זאָגסט: זאָלסט נישט נבֿיאות זאָגן אױף יִשׂרָאֵל, און נישט דַרשען אױף דעם הױז פֿון יצחק.

17 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:

דײַן װײַב װעט אין שטאָט אַ זוֹנה זײַן,

און דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן פֿאַלן דורכן שװערד,

און דײַן ערד װעט מיט אַ שנור צעטײלט װערן,

און דו װעסט שטאַרבן אױף אומרײנער ערד,

און יִשׂרָאֵל װעט אין גלות אַװעק פֿון זײַן ערד.

Veja também

Publicidade
Amós
Ver todos os capítulos de Amós
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-