Publicidade

Amós 5

1 הערט דאָס דאָזיקע װאָרט װאָס איך הײב אױף פֿאַר אַ קלאָגליד אױף אײַך, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל:

2 געפֿאַלן נישט מער אױפֿצושטײן

איז די יונגפֿרױ יִשׂרָאֵל.

זי ליגט אַנידערגעװאָרפֿן אױף איר ערד,

נישטאָ װער זאָל זי אױפֿשטעלן.

3 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:

די שטאָט װאָס פֿלעגט אַרױס מיט טױזנט,

װעט בלײַבן בײַ הונדערט,

און די װאָס פֿלעגט אַרױס מיט הונדערט,

װעט בלײַבן בײַ צען, פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.

4 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט צום הױז פֿון יִשׂרָאֵל:

זוכט מיך, און לעבט;

5 און איר זאָלט נישט זוכן בֵית-אֵל,

און קײן גִלגָל זאָלט איר נישט קומען,

און קײן באֵר-שֶבַֿע זאָלט איר נישט אַריבערגײן;

װאָרעם גִלגָל װעט אין גלות גײן,

און בֵית-אֵל װעט צו נישט װערן.

6 זוכט ה׳, און לעבט;

כּדי ער זאָל נישט אױסברעכן װי אַ פֿײַער אין הױז פֿון יוֹסף,

און עס װעט פֿאַרצערן, אַז קײן לעשער װעט נישט זײַן פֿאַר בֵית-אֵל;

7 די װאָס פֿאַרקערן גערעכטיקײט אין װערמוט,

און רעכטפֿאַרטיקײט לײגן זײ צו דער ערד.

8 דעם װאָס מאַכט דעם זיבנשטערן און דעם אָריאָנשטערן,

און פֿאַרקערט טױטשאָטן אין פֿרימאָרגן,

און פֿאַרפֿינצטערט טאָג אין נאַכט;

דעם װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים,

און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד,

ה׳ איז זײַן נאָמען;

9 דעם װאָס בליצט אַרױס אַ בראָך אױפֿן שטאַרקן,

און אַ בראָך קומט אױף דער פֿעסטונג.

10 זײ האָבן פֿײַנט דעם װאָס מוסרט אין טױער,

און דעם װאָס רעדט ערלעך פֿאַראומװערדיקן זײ.

11 דערום, װײַל איר טרעט אױפֿן אָרעמאַן,

און אָפּגאָב פֿון תּבֿואה נעמט איר פֿון אים,

האָט איר הײַזער פֿון געהאַקטע שטײנער געבױט,

און װעט אין זײ נישט װױנען;

האָט איר גלוסטיקע װײַנגערטנער געפֿלאַנצט,

און װעט נישט טרינקען זײער װײַן.

12 װאָרעם איך װײס, אײַערע פֿאַרברעכן זײַנען פֿיל,

און שטאַרק אײַערע זינד,

איר, װאָס דריקט דעם גערעכטן, װאָס נעמט שוחד,

און קריװדעט די אבֿיוֹנים אין טױער.

13 דערום שװײַגט דער פֿאַרשטאַנדיקער אין אַזאַ צײַט,

װאָרעם אַ בײזע צײַט איז דאָס.

14 זוכט גוטס און נישט שלעכטס,

כּדי איר זאָלט לעבן,

און ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת, װעט זײַן מיט אײַך,

אַזױ װי איר פֿאַרלאַנגט.

15 האָט פֿײַנט שלעכטס, און האָט ליב גוטס,

און שטעלט אױף אין טױער גערעכטיקײט,

אפֿשר װעט ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת,

לײַטזעליקן דעם איבערבלײַב פֿון יוֹסף.

16 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת, אֲדֹנָי:

אין אַלע מערק װעט זײַן אַ קלאָג,

און אין אַלע גאַסן װעט מען זאָגן: אָי! אָי!

און מע װעט רופֿן דעם אַקערמאַן צו טרױער,

און צו קלאָג די געניטע אין יאָמערן.

17 און אין אַלע װײַנגערטנער װעט זײַן אַ קלאָג,

אַז איך װעל דורכגײן צװישן דיר, זאָגט ה׳.

18 װײ, די װאָס באַגערן דעם טאָג פֿון ה׳!

צו װאָס טױג אײַך דען דער טאָג פֿון ה׳?

ער איז פֿינצטער און נישט ליכטיק.

19 אַזױ װי װען אַ מענטש אַנטלױפֿט פֿון אַ לײב,

און אים באַגעגענט אַ בער,

און ער קומט אין הױז,

און לענט זײַן האַנט אָן דער װאַנט,

און אַ שלאַנג בײַסט אים אײַן.

20 פֿאַר װאָר, חוֹשך איז דער טאָג פֿון ה׳, און נישט ליכטיק,

און פֿינצטער און אָן אַ שימער אין אים.

21 איך האָב פֿײַנט, איך פֿאַראַכט אײַערע יוֹם-טובֿים,

און איך קען נישט שמעקן אײַערע אײַנזאַמלונגען.

22 אַפֿילו אַז איר ברענגט מיר אױף בראַנדאָפּפֿער

און אײַערע שפּײַזאָפּפֿער, באַװיליק איך נישט,

און אײַערע געשטאָפּטע פֿרידאָפּפֿער קוק איך נישט אָן.

23 טו אָפּ פֿון מיר די ברומונג פֿון דײַנע געזאַנגען,

און דאָס שפּיל פֿון דײַנע גיטאַרן לאָמיך נישט הערן.

24 נאָר לאָז קװעלן װי װאַסער גערעכטיקײט,

און רעכטפֿאַרטיקײט װי אַ שטראָם אַ שטאַרקער.

25 האָט איר מיר שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער געבראַכט אין דער מדבר, פֿאַר די פֿערציק יאָר, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל? 26 דערום װעט איר טראָגן סִכּות אײַער קיניג, און כִּיאָן, אײַערע געצנבילדער, אײַער שטערנג‑ט װאָס איר האָט אײַך געמאַכט. 27 און איך װעל אײַך פֿאַרטרײַבן פֿון יענער זײַט דַמֶשֶׂק, זאָגט ה׳ – אלוקי צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.

Veja também

Publicidade
Amós
Ver todos os capítulos de Amós
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-