Publicidade

Joel 4

1 װאָרעם זע, אין יענע טעג און אין יענער צײַט, אַז איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם, 2 װעל איך אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער, און איך װעל זײ מאַכן נידערן אין טאָל פֿון יהוֹשָפָֿט, און איך װעל זיך דאָרטן משפּטן מיט זײ פֿאַר מײַן פֿאָלק און מײַן אַרב יִשׂרָאֵל, װאָס זײ האָבן זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער, און צעטײלט מײַן לאַנד. 3 און אױף מײַן פֿאָלק האָבן זײ גורל געװאָרפֿן, און געגעבן אַ ייִנגל פֿאַר אַ זוֹנה, און אַ מײדל פֿאַרקױפֿט פֿאַר װײַן, און געטרונקען.

4 און װאָס זײַט איר מיר גאָר, צוֹר און צידון און אַלע געגנטן פֿון פּלֶשֶת? צי פֿאַרגעלטונג צאָלט איר דאָס אָפּ פֿון מײַנעטװעגן? איז, אױב איר פֿאַרגעלט דאָס פֿון מײַנעטװעגן, װעל איך אײַליק גיך אומקערן אײַער פֿאַרגעלטונג אױף אײַער קאָפּ; 5 װאָס מײַן זילבער און מײַן גאָלד האָט איר צוגענומען, און מײַנע בעסטע גלוסטיקײטן געבראַכט אין אײַערע פּאַלאַצן 6 און די קינדער פֿון יהוּדה און די קינדער פֿון ירושָלַיִם האָט איר פֿאַרקױפֿט צו די קינדער פֿון די יוָנים, כּדי זײ צו דערװײַטערן פֿון זײער געמאַרק. 7 זעט, איך דערװעק זײ פֿון דעם אָרט װאָס איר האָט זײ פֿאַרקױפֿט דאָרטן, און איך װעל אומקערן אײַער טוּונג אױף אײַער קאָפּ. 8 און איך װעל פֿאַרקױפֿן אײַערע זין און אײַערע טעכטער אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, און זײ װעלן זײ פֿאַרקױפֿן צו די שבֿאים, צו אַ װײַטן פֿאָלק, װאָרעם ה׳ האָט גערעדט.

9 רופֿט דאָס אױס צװישן די פֿעלקער,

ברײט אָן אַ מלחמה,

װעקט אױף די גיבוֹרים;

זאָלן גענענען, זאָלן אַרױפֿגײן אַלע מענער פֿון מלחמה.

10 שמידט אײַערע אַקעראײַזנס אױף שװערדן,

און אײַערע צװײַגמעסערס אױף שפּיזן;

דער שלאַפֿער זאָל זאָגן: אַ גיבור בין איך.

11 אײַלט און קומט אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום,

און לאָמען זיך אײַנזאַמלען;

אַהין מאַך נידערן, ה׳, דײַנע גיבוֹרים!

12 זאָלן זיך דערװעקן די פֿעלקער און אַרױפֿגײן צום טאָל פֿון יהוֹשָפָֿט,

װאָרעם דאָרטן װעל איך זיצן צו משפּטן

אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום.

13 לײגט צו דעם שנײַדמעסער, װאָרעם צײַטיק איז דער שניט;

קומט טרעט, װאָרעם פֿול איז דער קעלטער,

די קובלען לױפֿן איבער, װאָרעם גרױס איז זײער בײז.

14 מחנות, מחנות אין טאָל פֿון גזר!

װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳ אין טאָל פֿון גזר.

15 די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ,

און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן.

16 און ה׳ װעט ברילן פֿון צִיוֹן,

און פֿון ירושָלַיִם װעט ער אַרױסלאָזן זײַן קֹול,

און שטורעמען װעלן הימל און ערד;

אָבער ה׳ װעט זײַן אַ באַשיצונג פֿאַר זײַן פֿאָלק,

און אַ פֿעסטונג פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

17 און איר װעט װיסן אַז איך, ה׳ אלוקיכם,

רו אױף צִיוֹן, מײַן הײליקן באַרג;

און ירושָלַיִם װעט זײַן הײליק,

און פֿרעמדע װעלן מער נישט דורכגײן אין איר.

18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,

װעלן די בערג טריפֿן זאַפֿט,

און די הײכן װעלן איבערגײן מיט מילך,

און אַלע גראָבנס פֿון יהוּדה װעלן איבערגײן מיט װאַסער.

און אַ קװאַל װעט אַרױסגײן פֿון ה׳ס הױז,

און װעט אָנטרינקען דעם טאָל שִטים.

19 מִצרַיִם װעט אַ װיסטעניש װערן,

און אֶדוֹם װעט אַ װיסטער מדבר װערן,

פֿאַר דעם אומרעכט צו די קינדער פֿון יהוּדה,

װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט אין זײער לאַנד.

20 אָבער יהוּדה װעט זײַן אײביק באַזעצט,

און ירושָלַיִם אױף דור-דורות.

21 װאָרעם איך װעל רײניק זײער בלוט,

װאָס איך האָב נאָך נישט גערײניקן,

און ה׳ װעט װױנען אין צִיוֹן.

Veja também

Publicidade
Joel
Ver todos os capítulos de Joel
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-