Publicidade

Joel 2

1 בלאָזט אַ שופֿר אין צִיוֹן,

און שאַלט אױף מײַן הײליקן באַרג,

זאָלן ציטערן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד,

װאָרעם דער טאָג פֿון ה׳ קומט אָן,

װאָרעם ער איז נאָנט;

2 אַ טאָג פֿון חוֹשך און פֿינצטערניש,

אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל,

װי אַ שװאַרצקײט אױסגעשפּרײט אױף די בערג;

אַ גרױס פֿאָלק און אַ מאַכטיקס,

אַזאַ װי ער איז נישט געװען פֿון אײביק אָן

און װעט נאָך אים מער נישט זײַן

ביז די יאָרן פֿון דור-דורות.

3 אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער,

און הינטער אים פֿלאַקערט אַ פֿלאַם;

װי דער גאָרטן פֿון עֵדֶן איז דאָס לאַנד פֿאַר אים,

און הינטער אים אַ מדבר אַ װיסטער,

און צו מאָל קײן אַנטרינונג איז נישטאָ פֿון אים.

4 װי דאָס אױסזען פֿון פֿערד איז זײַן אױסזען,

און װי רײַטער אַזױ לױפֿן זײ.

5 װי דאָס גערױש פֿון רײַטװעגן,

איז זײער שפּרינגען אױף די שפּיצן בערג;

װי דער קנאַל פֿון אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט שטרױ;

װי אַ פֿאָלק אַ מאַכטיקס געגרײט צו מלחמה.

6 פֿאַר אים ציטערן פֿעלקער,

אַלע פּנימער האָבן אָנגענומען אַ פֿינצטערניש.

7 װי גיבוֹרים לױפֿן זײ,

װי מלחמה-לײַט קלעטערן זײ אױף דער מױער,

און איטלעכער אין זײַנע װעגן גײען זײ,

און זײ פּלאָנטערן נישט זײערע שטעגן.

8 און אײנער דעם אַנדערן שטױסן זײ נישט,

איטלעכער אין זײַן שליאַך גײען זײ,

און דורך װאָפֿן װאַרפֿן זײ זיך,

און װערן נישט געשעדיקט.

9 זײ שפּרינגען אױף דער שטאָט,

זײ לױפֿן אױף דער מױער,

זײ גײען אַרױף אין די הײַזער,

זײ קומען דורך די פֿענצטער װי אַ גנבֿ.

10 פֿאַר אים ציטערט די ערד,

שטורעמען די הימלען;

די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ,

און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן.

11 און ה׳ לאָזט אַרױס זײַן קֹול פֿאַרױס פֿאַר זײַן חיל;

װאָרעם זײער גרױס איז זײַן מחנה,

װאָרעם מאַכטיק איז דער װאָס טוט זײַן באַפֿעל;

װאָרעם גרױס איז דער טאָג פֿון ה׳ און מוראדיק זײער,

און װער קען אים אױסהאַלטן?

12 אָבער נאָך איצט, זאָגט ה׳,

קערט אײַך אום צו מיר מיט אײַער גאַנצן האַרצן,

און מיט פֿאַסטן און מיט געװײן און מיט קלאָג;

13 און צערײַסט אײַער האַרץ און נישט אײַערע קלײדער,

און קערט אײַך אום צו ה׳ אלוקיכם,

װאָרעם ער איז לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק,

אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און רײַך אין גענאָד,

און ער האָט חרטה אױף דעם בײז.

14 װער װײס, אפֿשר װידער װעט ער חרטה האָבן,

און לאָזן אַ ברכה הינטער זיך –

אַ שפּײַזאָפּפֿער און אַ גיסאָפּפֿער

פֿאַר ה׳ אלוקיכם.

15 בלאָזט אַ שופֿר אין צִיוֹן,

הײליקט אַ פֿאַסטטאָג, רופֿט אַן אײַנזאַמלונג;

16 זאַמלט אײַן דאָס פֿאָלק,

פֿאַררופֿט די עדה,

קלײַבט צונױף די זקנים,

זאַמלט אײַן די קלײנע קינדער,

און די װאָס זײגן די ברוסט;

זאָל דער חתן אַרױסגײן פֿון זײַן קאַמער,

און די כּלה פֿון איר געצעלט.

17 צװישן דעם פּאָליש און דעם מזבח

זאָלן װײנען די כּהנים, די דינער פֿון ה׳,

און זאָלן זײ זאָגן:

דערבאַרים זיך ה׳ אױף דײַן פֿאָלק,

און זאָלסט נישט געבן דײַן אַרב צו שאַנד,

אַז פֿעלקער זאָלן זיך װערטלען איבער זײ;

נאָך װאָס זאָל מען זאָגן צװישן די אומות:

װוּ איז זײער ג-ט?

18 און ה׳ האָט זיך אײפֿער פֿאַר זײַן לאַנד,

און האָט זיך דערבאַרעמט אױף זײַן פֿאָלק.

19 און ה׳ האָט געענטפֿערט און געזאָגט צו זײַן פֿאָלק:

זעט, איך שיק אײַך תּבֿואה און װײַן און אײל,

און איר װעט זײ האָבן צו זאַט;

און איך װעל אײַך מער נישט געבן צו שאַנד בײַ די פֿעלקער.

20 און דעם צפֿונדיקן װעל איך דערװײַטערן פֿון אײַך,

און װעל אים פֿאַרשטױסן אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש און װיסטעניש,

מיט זײַן פּנים צום פֿעדערשטן ים,

און זײַן עק צום הינטערשטן ים;

און זײַן פֿױלגערוך װעט אױפֿגײן,

און זײַן געשטאַנק װעט אױפֿגײן,

װײַל ער האָט גרױס זיך פֿאַרנומען.

21 זאָלסט נישט מורא האָבן, ערד,

פֿרײ זיך און זײ לוסטיק,

װאָרעם גרױס געטאָן האָט ה׳.

22 איר זאָלט נישט מורא האָבן, בהמות פֿון פֿעלד,

װאָרעם די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר זײַנען באַגראָזט,

װאָרעם דער בױם טראָגט זײַן פֿרוכט,

דער פֿײַגנבױם און דער װײַנשטאָק גיבן זײער קריפֿט.

23 און איר קינדער פֿון צִיוֹן,

זײַט לוסטיק און פֿרײט זיך מיט ה׳ אלוקיכם,

װאָרעם ער גיט אײַך דעם פֿרירעגן ריכטיק;

יאָ, ער מאַכט נידערן פֿאַר אײַך רעגן,

פֿרירעגן און שפּעטרעגן אין ערשטן חודש.

24 און די דרעשן װעלן פֿול זײַן מיט תּבֿואה,

און די קעלטערן װעלן איבערלױפֿן מיט װײַן און אײל.

25 און איך װעל אײַך אָפּצאָלן די יאָרן

װאָס דער הײשעריק האָט אױפֿגעגעסן,

דער גראָזפֿרעסער, און דער גריל, און דער װאָרעם,

מײַן גרױס חיל װאָס איך האָב אָנגעשיקט אױף אײַך.

26 און עסן װעט איר עסן און זאַט זײַן,

און איר װעט לױבן דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקיכם,

װאָס האָט געטאָן מיט אײַך װוּנדערלעך;

און מײַן פֿאָלק װעט אױף אײביק נישט פֿאַרשעמט װערן.

27 און איר װעט װיסן אַז איך בין צװישן יִשׂרָאֵל,

און איך בין ה׳ אלוקיכם, און מער איז נישטאָ;

און מײַן פֿאָלק װעט אױף אײביק נישט פֿאַרשעמט װערן.

Veja também

Publicidade
Joel
Ver todos os capítulos de Joel
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-