1 און אִיובֿ האָט זיך אָפּגערופֿן, און האָט געזאָגט:
2 אונטערגײן זאָל דער טאָג
װאָס איך בין אין אים געבאָרן געװאָרן,
און די נאַכט װאָס האָט אָנגעזאָגט:
אַ זָכָר איז אַנטפֿאַנגען געװאָרן.
3 יענער טאָג זאָל זײַן חושך,
נישט פֿרעגן זאָל אױף אים אֱלוֹהַּ פֿון אױבן,
און נישט שײַנען זאָל אױף אים אַ ליכטיקײט.
4 צונעמען פֿאַר זיך זאָלן אים חושך און טױטשאָטן,
אַ װאָלקעניש זאָל רוען אױף אים,
כמאַרעס פֿון טאָג זאָלן אים שרעקן.
5 יענע נאַכט, אַ שטאָקפֿינצטערניש זאָל זי נעמען,
זי זאָל זיך נישט פֿרײען אין די טעג פֿון יאָר,
אין דער צאָל פֿון חדשים זאָל זי נישט אַרײַנגײן.
6 אָט יענע נאַכט זאָל זײַן װיסט,
נישט קומען אין איר זאָל אַ געזאַנג.
7 פֿלוכן זאָלן זי די װאָס שילטן דעם טאָג,
די װאָס זײַנען גרײט דעם לִויָתן אױפֿצוּװעקן.
8 פֿינצטער זאָלן װערן אירע אָװנטשטערן,
זי זאָל האָפֿן אױף ליכט, און נישטאָ,
און נישט אָנזען די ברעמען פֿון פֿרימאָרגן.
9 װײַל זי האָט נישט פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון מײַן מוטערלײַב,
און פֿאַרבאָרגן מאַטערניש פֿון מײַנע אױגן.
10 פֿאַר װאָס בין איך נישט פֿון טראַכט געשטאָרבן?
אַרױס פֿון לײַב און פֿאַרגאַנגען?
11 אַלמַאי האָבן מיך קני צוגענומען?
און נאָך װאָס בריסט, איך זאָל זײגן?
12 װאָרעם איך װאָלט אַצונד געלעגן און געװען שטיל,
איך װאָלט געשלאָפֿן, איך װאָלט רו געהאַט דענצמאָל;
13 מיט מלכים און יוֹעצים פֿון דער ערד,
װאָס פֿאַרבױען װיסטענישן פֿאַר זיך;
14 אָדער מיט שׂרָרות װאָס האָבן גאָלד,
װאָס פֿילן זײערע הײַזער מיט זילבער.
15 אָדער איך װאָלט גאָרנישט געװען, װי אַ באַהאַלטענער מפּיל,
װי קינדער װאָס האָבן דעם שײַן נישט געזען.
16 דאָרט הערן אױף די רשעים צו רודערן,
און דאָרט רוען די מידע אָן כּוֹח.
17 אין אײנעם באַרוט זײַנען די געפֿאַנגענע,
זײ הערן נישט דעם קֹול פֿון אַ דריקער.
18 קלײן און גרױס איז דאָרטן,
און דער קנעכט איז פֿרײַ פֿון זײַן האַר.
19 פֿאַר װאָס גיט ער ליכט דעם װאָס מאַטערט זיך,
און לעבן די פֿאַרביטערטע אין געמיט?
20 די װאָס האַרן אױפֿן טױט, און ער קומט נישט,
און זײ אַקערן נאָך אים מער װי נאָך אוֹצרות;
21 די װאָס װאָלטן זיך פֿרײען מיט שׂימחה,
װאָס װאָלטן קװעלן, אַז זײ װאָלטן געפֿינען דעם קבֿר;
22 צו דעם מאַן װאָס זײַן װעג איז פֿאַרבאָרגן,
און אֱלוֹהַּ האָט פֿאַרצאַמט פֿאַר אים?
23 װאָרעם גלײַך װי מײַן ברױט קומט מײַן זיפֿצן,
און אַזױ װי װאַסער גיסן זיך מײַנע געשרײען.
24 װאָרעם די אַנגסט װאָס איך האָב געאַנגסט איז מיר אָנגעקומען,
און װאָס איך האָב געפֿאָרכט איז מיר געשען.
25 איך האָב קײן שלװה און קײן רו
און קײן מנוחה נישט,
און ציטערניש איז געקומען.