1 פֿאַר װאָר, דינסטצײַט האָט דער מענטש אױף דער ערד,
און װי טעג פֿון אַ געדונגענעם זײַנען זײַנע טעג.
2 װי אַ קנעכט װאָס שמאַכט נאָך שאָטן,
און װי אַ געדונגענער װאָס האַרט אױף זײַן לױן,
3 אַזױ האָב איך מיר צוגעטײלט געקריגן חדשים פֿון אומגליק,
און נעכט פֿון מאַטערניש האָט מען מיר צוגעצײלט.
4 אַז איך לײג זיך, זאָג איך: װען װעל איך אױפֿשטײן?
און די נאַכט ציט זיך, און איך װער זאַט מיט װאַרפֿעניש ביזן פֿרימאָרגן.
5 מײַן לײַב איז באַקלײדט מיט װערעם און שטיקער ערד,
מײַן הױט פּלאַצט און װערט צעקראָכן.
6 מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ װעבשיפֿל,
און װערן פֿאַרלענדט אָן אַ האָפֿענונג.
7 געדענק, אַז אַ הױך איז מײַן לעבן,
מײַן אױג װעט נישט אָנזען מער גוטס.
8 מיך װעט מער נישט אָנקוקן דאָס אױג פֿון מײַן זעער,
דײַנע אױגן זײַנען אױף מיר, און שױן בין איך נישטאָ.
9 פֿאַרלענדט װערט אַ װאָלקן און פֿאַרגײט,
אַזױ דער װאָס נידערט אין שְׁאֹול, װעט נישט אַרױפֿקומען.
10 ער װעט זיך מער נישט אומקערן אין זײַן הױז,
און זײַן אָרט װעט אים מער נישט קענען.
11 דערום װעל איך נישט פֿאַרמײַדן מײַן מױל,
איך װעל רעדן אין דער קלעמעניש פֿון מײַן געמיט,
איך װעל קלאָגן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל.
12 בין איך אַ ים, אָדער אַ ים-חיה,
װאָס דו שטעלסט אַ װאַך איבער מיר?
13 אַז איך זאָג: מײַן בעט װעט מיך טרײסטן,
מײַן געלעגער װעט מיטטראָגן מײַן קלאָג,
14 שרעקסטו מיך מיט חלומות,
און מיט זעונגען גרױלסטו מיך.
15 און מײַן זעל װיל בעסער דערװאַרגעניש,
טױט, אײדער די דאָזיקע בײנער מײַנע.
16 מיר איז נימאס; איך װעל אײביק נישט לעבן,
לאָז אָפּ פֿון מיר, װאָרעם אַ הױך זײַנען מײַנע טעג.
17 װאָס איז דער מענטש, אַז דו זאָלסט אים גרײסן,
און אַז דו זאָלסט לײגן אױף אים דײַן האַרץ,
18 און אים דערמאָנען אַלע פֿרימאָרגן,
אַלע רגע אים פּרוּװן?
19 װי לאַנג װעסטו זיך נישט אָפּקערן פֿון מיר?
מיך נישט אָפּלאָזן ביז איך שלינג אַראָפּ מײַן שפּײַעכץ?
20 אַז איך זינדיק,
װאָס טו איך דיר, היטער פֿון דעם מענטשן?
פֿאַר װאָס האָסטו מיך געמאַכט פֿאַר דײַן צילברעט,
אַז איך בין געװאָרן זיך אַלײן צו לאַסט?
21 און װאָס פֿאַרגיסטו נישט מײַן פֿאַרברעך,
און טוסט נישט אָפּ מײַן זינד?
װאָרעם אַצונד װעל איך ליגן אין שטױב,
און װעסט מיך זוכן, און איך װעל נישט זײַן.