1 אַ ברית האָב איך געשלאָסן מיט מײַנע אױגן;
און װאָס זאָל איך קוקן אױף אַ יונגפֿרױ?
2 װאָרעם װאָס איז דער חלק פֿון אֱלוֹהַּ פֿון אױבן,
און די אַרב פֿון שַדַי פֿון דער הײך?
3 אױב נישט אַ בראָך פֿאַרן פֿאַרברעכער,
און אומגליק פֿאַר די טוער פֿון אומרעכט?
4 זעט ער דען נישט אַלע מײַנע װעגן,
און צײלט אַלע מײַנע טריט?
5 אױב איך בין אומגעגאַנגען מיט ליגן,
און געאײַלט צו באַטרוג האָט מײַן פֿוס –
6 זאָל ער מיך װעגן אױף ריכטיקע װאָגשאָלן,
און אֱלוֹהַּ װעט װיסן מײַן אומשולד –
7 אױב מײַן טריט האָט זיך אָפּגענײגט פֿון װעג,
און נאָך מײַנע אױגן איז געגאַנגען מײַן האַרץ,
און אין מײַנע הענט האָט זיך אָנגעקלעפּט אַ פֿלעק,
8 זאָל איך זײען, און אַן אַנדערער זאָל עסן,
און מײַנע שפּראָצונגען זאָלן אױסגעװאָרצלט װערן.
9 אױב מײַן האַרץ איז פֿאַרפֿירט געװאָרן נאָך אַ פֿרױ,
און איך האָב געלױערט בײַ דער טיר פֿון מײַן חבֿר,
10 זאָל מאָלן פֿאַר אַן אַנדערן מײַן װײַב,
און אַנדערע זאָלן קניִען איבער איר.
11 װאָרעם דאָס איז אַ שענדלעכקײט,
און דאָס איז אַ זינד צום פֿאַרמשפּטן.
12 װאָרעם דאָס איז אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט ביז אונטערגאַנג,
און מײַן גאַנצע תּבֿואה װאָלט עס אױסגעװאָרצלט.
13 אױב איך פֿלעג פֿאַראַכטן דאָס רעכט פֿון מײַן קנעכט און מײַן דינסט
אין זײער קריג מיט מיר –
14 װאָס װאָלט איך דען געטאָן, אַז אֵל זאָל אױפֿשטײן?
און אַז ער װאָלט געמאָנט, װאָס װאָלט איך אים געענטפֿערט?
15 האָט נישט דער װאָס האָט מיך אין מוטערלײַב באַשאַפֿן, אים באַשאַפֿן?
און דער אײגענער אים אין טראַכט געפֿורעמט?
16 אױב איך פֿלעג פֿאַרמײַדן דעם פֿאַרלאַנג פֿון די אָרימע,
און די אױגן פֿון דער אַלמנה לאָזן אױסגײן;
17 אָדער איך פֿלעג עסן מײַן ביסן אַלײן,
און דער יתום האָט דערפֿון נישט געגעסן –
18 נײן, פֿון מײַן יוגנט אָן איז ער אױפֿגעװאַקסן
בײַ מיר װי בײַ אַ פֿאָטער,
און פֿון מײַן מוטערלײַב אָן פֿלעג איך זי פֿירן.
19 אױב איך פֿלעג צוזען אַן אומגליקלעכן אָן אַ מלבוש
און אָן אַ צודעק דעם אבֿיון;
20 אױב זײַנע לענדן האָבן מיך נישט געבענטשט,
װײַל מיטן אָפּשער פֿון מײַנע שאָף פֿלעגט ער זיך דערװאַרעמען;
21 אױב איך האָב געהױבן אױף אַ יתום מײַן האַנט,
װײַל איך פֿלעג זען מײַנע העלפֿער אין טױער,
22 זאָל מײַן אַקסל פֿון זײַן נאַקן אַראָפּפֿאַלן,
און מײַן אָרעם זאָל פֿון געלענק אױסגעבראָכן װערן.
23 װאָרעם דער בראָך פֿון אֵל איז געװען מײַן שרעק,
און פֿון װעגן זײַן גרױסקײט פֿלעג איך זיך נישט דערװעגן.
24 אױב איך האָב געמאַכט גאָלד מײַן האָפֿענונג,
און אױף גינגאָלד געזאָגט מײַן בטחון;
25 אױב איך פֿלעג זיך פֿרײען װײַל מײַן פֿאַרמעג איז גרױס,
און װײַל מײַן האַנט האָט דערגרײכט אַ סך;
26 אױב איך פֿלעג צוקוקן די זון װי זי שײַנט,
אָדער די לבֿנה פּראַכטיק גײענדיק,
27 און מײַן האַרץ איז פֿאַרפֿירט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,
און מײַן מױל האָט געקושט מײַן האַנט;
28 װאָלט דאָס אױך געװען אַ זינד צום פֿאַרמשפּטן,
װאָרעם איך װאָלט געלײקנט אָן אֵל אין דער הײך.
29 אױב איך פֿלעג זיך פֿרײען אױף דעם בראָך פֿון מײַן שׂונא,
און בין געװען אױפֿגעראַמט אַז אים האָט געטראָפֿן בײז –
30 אַז איך האָב צו מאָל נישט געלאָזט מײַן גומען זינדיקן,
צו בעטן אַ קללה אױף זײַן לעבן –
31 אױב די מענטשן פֿון מײַן געצעלט האָבן נישט געזאָגט:
װער קען װײַזן אײנעם װאָס האָט זיך נישט אָנגעזעט מיט פֿלײש בײַ אים? –
32 אױף דער גאַס פֿלעגט נישט נעכטיקן אַ פֿרעמדער,
מײַנע טירן צום װעג פֿלעג איך עפֿענען –
33 אױב איך האָב פֿאַרדעקט
אַזױ װי אָדָם מײַנע פֿאַרברעכן,
צו באַהאַלטן אין מײַן בוזעם מײַן זינד,
34 װײַל איך פֿלעג מורא האָבן פֿאַרן גרױסן המון,
און די פֿאַראַכטונג פֿון משפּחות פֿלעגט מיך שרעקן,
און איך האָב געשװיגן און בין פֿון טיר נישט אַרױס –
35 הלװאַי קריג איך ער זאָל מיר צוהערן!
אָט איז מײַן אונטערשריפֿט, זאָל שַדַי מיר ענטפֿערן,
און אַ געשריפֿטס זאָל אָנשרײַבן מײַן בַעַל-דין.
36 פֿאַר װאָר, איך װעל עס אױף מײַן אַקסל טראָגן!
איך װעל עס מיר אָנבינדן אַזױ װי אַ קרױן.
37 די צאָל פֿון מײַנע טריט װעל איך אים דערצײלן;
אַזױ װי אַ פֿירשט װעל איך צו אים גענענען.
38 אױב מײַן ערד שרײַט אױס קעגן מיר,
און אַלע אירע בײטן װײנען;
39 אױב איר קראַפֿט האָב איך געגעסן אָן געלט,
און די נשמה פֿון אירע אַרבעטער געלאָזט אױסהױכן,
40 זאָל אַנשטאָט װײץ אױפֿגײן אַ דאָרן.
און אַנשטאָט גערשט װילדגעװעקס.
געענדיקט די װערטער פֿון אִיובֿן.