1 און אֶליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:
2 הערט, חכמים, מײַנע װערטער,
און איר קענער, לײגט צו דאָס אױער צו מיר.
3 װאָרעם דאָס אױער דאַרף פּרוּװן װערטער,
אַזױ װי דער גומען פֿאַרזוכט עסן.
4 לאָמיר אונדז אױסװײלן דאָס גערעכטע,
לאָמיר געװאָר װערן צװישן אונדז װאָס איז גוט.
5 װאָרעם אִיובֿ זאָגט: איך בין גערעכט,
נאָר אֵל האָט אָפּגעטאָן מײַן רעכט;
6 בײַ מײַן גערעכטיקײט װער איך געהאַלטן פֿאַר אַ ליגנער,
מסוכּן איז מײַן װוּנד, אָן אַ פֿאַרברעך.
7 װאָסער מענטש װי אִיובֿ
טרינקט געשפּעט אַזױ װי װאַסער,
8 און פֿירט זיך אין חבֿרותא מיט טוער פֿון אומרעכט,
און גײט אום מיט שלעכטע לײַט?
9 װאָרעם ער זאָגט: דעם מענטשן קומט גאָרנישט אַרױס
װען ער זוכט װױלגעפֿעלן אלֹקים.
10 דערום, לײַט מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, הערט מיר צו:
װײַט איז אֵל פֿון אומרעכט,
און שַדַי פֿון אַן עװלה.
11 נאָר די טוּונג פֿון מענטשן באַצאָלט ער אים,
און לױט איטלעכנס װעג שיקט ער אים צו.
12 יאָ פֿאַר װאָר, אֵל טוט נישט קײן אומרעכט,
און שַדַי פֿאַרדרײט נישט גערעכטיקײט.
13 װער האָט אים באַפֿױלן איבער דער ערד?
און װער האָט געמאַכט די װעלט אין גאַנצן?
14 אַז ער זאָל קערן זײַן האַרץ אױף אים,
אַז ער זאָל זײַן הױך און זײַן אָטעם אײַנזאַמלען צו זיך,
15 װאָלט פֿאַרגײן יעטװעדער לײַב אין אײנעם,
און דער מענטש װאָלט צו שטױב זיך אומקערן.
16 און אױב דו האָסט פֿאַרשטאַנדיקײט, הער דאָס צו;
פֿאַרנעם דעם קֹול פֿון מײַנע װערטער.
17 צי קען גאָר אַ פֿײַנט פֿון גערעכטיקײט הערשן?
אָדער װילסטו דעם מאַכטיקן גערעכטן באַשולדיקן? –
18 קען מען זאָגן צו אַ מלך נידערטרעכטיקער?
רשע צו פֿירשטן? –
19 דעם װאָס שאַנעװעט נישט דעם פּנים פֿון האַרן,
און אַכט נישט אױפֿן רײַכן מער װי אױפֿן אָרעמאַן,
װײַל דאָס װערק פֿון זײַנע הענט זײַנען זײ אַלע.
20 אין אַ רגע שטאַרבן זײ, אין האַלבע נאַכט;
לײַט װערן צעטרײסלט און פֿאַרגײען,
און מע טוט אָפּ דעם מאַכטיקן װי נישט מיט דער האַנט.
21 װאָרעם זײַנע אױגן זײַנען אױף די װעגן פֿון דעם מענטשן,
און אַלע זײַנע טריט זעט ער.
22 נישטאָ קײן פֿינצטערניש און קײן טױטשאָטן,
פֿאַר די טוער פֿון אומרעכט זיך דאָרטן צו פֿאַרבאָרגן.
23 װאָרעם ער מאַכט נישט דעם מענטשן אַ צײַט,
צו קומען פֿאַר אֵל צום משפּט.
24 ער צעברעכט מאַכטיקע אָן אַן אױספֿאָרשונג,
און שטעלט אױף אַנדערע אַנשטאָט זײ.
25 פֿאַר װאָר, ער קען זײערע מעשׂים,
דערום מאַכט ער אַן איבערקער איבער נאַכט,
און זײ װערן צעדריקט.
26 װײַל זײ זײַנען רשעים, שלאָגט ער זײ,
אין אַן אָרט װוּ מע זעט.
27 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אים,
און אױף אַלע זײַנע װעגן נישט געאַכט.
28 זײ האָבן געמאַכט קומען צו אים דאָס געשרײ פֿון דעם אָרעמאַן,
און דאָס געשרײ פֿון די געדריקטע פֿלעגט ער הערן. –
29 אָבער אַז ער שװײַגט, װער קען אים באַשולדיקן?
און פֿאַרבאָרגט ער דעם פּנים, װער קען אים װעלן זען?
סײַ בײַ אַ פֿאָלק סײַ בײַ אַ מענטשן אַלץ אײנס. –
30 כּדי דער זינדיקער מענטש זאָל נישט קיניגן,
כּדי קײן שטרױכלונגען זאָלן נישט זײַן פֿאַרן פֿאָלק.
31 װאָרעם האָט ער דען צו אֵל געזאָגט:
איך האָב געליטן, איך װעל מער נישט שלעכטס טאָן;
32 איך זע נישט, לערן דו מיך;
אױב איך האָב געטאָן אומרעכט, װעל איך מער נישט טאָן?
33 זאָל ער פֿאַרגעלטן אַזױ װי דיר קומט אױס:
אױב דיר געפֿעלט נישט, טאָ קלײַב דו אױס, און נישט איך?
און װאָס װײסטו צו רעדן?
34 לײַט מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װעלן מיר זאָגן,
און דער קלוגער מאַן װאָס װעט מיר צוהערן:
35 אִיובֿ רעדט אָן אַ זינען,
און זײַנע רײד זײַנען אָן שׂכל.
36 איך װינטש אִיובֿ זאָל אײביק געפּרוּװט װערן,
פֿאַר ענטפֿערן אַזױ װי זינדיקע לײַט.
37 װאָרעם ער לײגט נאָך צו װידערשפּעניקײט צו זײַן חטא;
ער פּאַטשט זײַנע הענט צװישן אונדז,
און מערט זײַנע רײד קעגן אֵל.