Publicidade

Jó 8

1 האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:

2 ביז װאַנען װעסטו רעדן דאָס דאָזיקע,

און װי אַ שטאַרקער װינט װעלן זײַן די װערטער פֿון דײַן מױל?

3 װעט דען אֵל פֿאַרדרײען דעם משפּט?

און װעט שַדַי פֿאַרדרײען די גערעכטיקײט?

4 אַז דײַנע קינדער האָבן געזינדיקט צו אים,

האָט ער זײ אַװעקגעשיקט פֿאַר זײער פֿאַרברעך.

5 אַז דו װאָלסט זוכן אֵל,

און צום שַדַי בעטן,

6 אַז דו װאָלסט זײַן רײן און רעכטפֿאַרטיק,

װאָלט ער אַצונד זיך דערװעקן פֿאַר דיר,

און גאַנץ מאַכן דײַן גערעכטע װױנונג.

7 און אױב דײַן אָנהײב װעט זײַן קלײן,

װעט דײַן סוף זײַן זײער גרױס.

8 װאָרעם פֿרעג אַקאָרשט דעם פֿריִערדיקן דור,

און מערק װאָס זײערע עלטערן האָבן אױסגעפֿאָרשט

9 – װאָרעם מיר זײַנען פֿון נעכטן, און װײסן גאָרנישט,

װײַל אַ שאָטן זײַנען אונדזערע טעג אױף דער ערד –

10 פֿאַר װאָר, זײ װעלן דיך לערנען, זײ װעלן דיר זאָגן,

און פֿון זײער האַרצן אַרױסברענגען װערטער?

11 קען אױסװאַקסן ראָר אָן אַ זומפּ?

קען גרױס װערן טײַכגראָז אָן װאַסער?

12 נאָך איז עס אין זײַן גרינקײט, נישט אָפּגעשניטן,

און װי גאָרע הײ װערט עס פֿאַרטריקנט.

13 אַזױ זײַנען די װעגן פֿון אַלע ג-טפֿאַרגעסער,

און די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן גײט אונטער.

14 װאָרעם זומערפֿאָדעם איז זײַן פֿאַרזיכערונג,

און שפּינװעבס זײַן בטחון.

15 ער לענט זיך אָן אױף זײַן הױז,

אָבער עס האָט נישט קײן באַשטאַנד,

ער האַלט זיך דעראָן,

אָבער עס בלײַבט נישט שטײן.

16 זאַפֿטיק איז ער פֿאַר דער זון,

און איבער זײַן גאָרטן גײט אַרױס זײַן שפּראָץ.

17 אין אַ הױפֿן פֿלעכטן זיך זײַנע װאָרצלען,

צװישן שטײנער רײַסט ער זיך דורך.

18 אָבער פֿאַרטיליקט מען אים פֿון זײַן אָרט,

פֿאַרלײקנט ער אים: איך האָב דיך נישט געזען.

19 אָט דאָס איז די פֿרײד פֿון זײַן װעג,

און פֿון דער ערד שפּראָצט אַן אַנדערער אַרױס.

20 זע, אֵל פֿאַראַכט נישט דעם אומשולדיקן,

און װעט נישט אױפֿהאַלטן די האַנט פֿון דעם שלעכטסטוער;

21 ביז ער װעט אָנפֿילן מיט געלעכטער דײַן מױל,

און דײַנע ליפּן מיט שאַלונג.

22 דײַנע שָׂונאים װעלן זיך אָנקלײדן מיט שאַנד,

און דאָס געצעלט פֿון די רשעים װעט מער נישט זײַן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-