Publicidade

Jó 6

1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

2 װען געװױגן זאָל געװױגן װערן מײַן כּעס,

און מײַן בראָך װאָלט מען נעמען אױפֿן װאָגשאָל באַגלײַך!

3 װאָרעם שװערער פֿון דעם זאַמד פֿון ימען װאָלט עס זײַן אַצונד;

דערום זײַנען מײַנע װערטער צעמישט.

4 װאָרעם אין מיר זײַנען די פֿײַלן פֿון שַדַי,

װאָס זײער גיפֿט טרינקט מײַן רוּחַ;

שרעקענישן פֿון אֱלוֹהַּ שטעלן זיך אױס קעגן מיר.

5 שרײַט דען אַ װאַלדאײזל אױף גראָז?

צי מרוקעט אַן אָקס אױף זײַן פֿוטער?

6 װערט אומבאַטעמטס געגעסן אָן זאַלץ?

צי איז דאָ אַ טעם אין דאָס װײַסל פֿון אײ?

7 װאָס מײַן זעל האָט נישט געװאָלט אָנרירן,

דאָס זײַנען די צושפּײַזן פֿון מײַן ברױט.

8 הלװאַי קומט אָן מײַן פֿאַרלאַנג,

און מײַן האָפֿענונג גיט אֱלוֹהַּ!

9 און אֱלוֹהַּ װיליקט אײַן און צעדריקט מיך,

לאָזט לױז זײַן האַנט און דערענדיקט מיך!

10 װאָלט דאָס נאָך געװען מײַן נחמה,

און איך װאָלט געטאַנצט אין יסורים;

זאָל ער זײַן אומדערבאַרעמדיק;

הגם איך האָב נישט געלײקנט

אָן די װערטער פֿון הײליקן.

11 װאָס איז מײַן כּוֹח, אַז איך זאָל האָפֿן?

און װאָס מײַן סוף, אַז איך זאָל אײַנהאַלטן מײַן געמיט?

12 איז דער כּוֹח פֿון שטײנער מײַן כּוֹח?

איז מײַן לײַב פֿון קופּער?

13 איז דען פֿאַר מיר קײן הילף נישטאָ,

און אַן עצה איז פֿאַרשטױסן פֿון מיר?

14 דעם װאָס גײט אײַן קומט רַחמָנות פֿון זײַן חבֿר,

אַפֿילו ער פֿאַרלאָזט די מורא פֿאַרן שַדַי.

15 מײַנע ברידער האָבן געפֿעלשט װי אַ טײַך,

װי דער שטראָם פֿון טײַכן װאָס גײען אַװעק,

16 װאָס זײַנען טונקל פֿון אײַז –

אױף זײ באַהאַלט זיך דער שנײ.

17 בעת זײ װערן צעװאַרעמט, װערן זײ פֿאַרשװוּנדן,

װי עס װערט הײס, צעגײען זײ פֿון זײער אָרט.

18 עס דרײען זיך די װעגן פֿון זײער װאַנדער,

זײ פֿאַרגײען אין נישט און װערן פֿאַרלאָרן.

19 די קאַראַװאַנען פֿון תֵּימאָ האָבן אױסגעקוקט,

די מחנות פֿון שבֿאָ האָבן געהאָפֿט אױף זײ,

20 אָבער זײ האָבן זיך געשעמט װאָס זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט,

זײ זײַנען אָנגעקומען ביז אַהין און אין שאַנד געבליבן.

21 פֿאַר װאָר, אַצונד זײַט איר מיט אים,

איר האָט דערזען דעם בראָך, און זיך דערשראָקן.

22 האָב איך דען געזאָגט: גיט מיר װאָס,

און פֿון אײַער פֿאַרמעג שענקט פֿאַר מיר?

23 אָדער: מאַכט מיך אַנטרינען פֿון שׂונאס האַנט,

און פֿון דער האַנט פֿון געװאַלטטוער זאָלט איר מיך אױסלײזן?

24 לערנט מיך, און איך װעל שװײַגן,

און װאָס איך האָב פֿאַרזען, גיט מיר צו פֿאַרשטײן.

25 װי שטאַרק זײַנען ריכטיקע װערטער!

אָבער װאָס באַװײַזט דאָס באַװײַזן פֿון אײַך?

26 רעכנט איר װערטער פֿאַר אַ באַװײַז,

און פֿאַר װינט די רײד פֿון פֿאַרצװײפֿלטן?

27 אַפֿילו אױף אַ יתום װאָלט איר גורל װאַרפֿן,

און איר װאָלט גראָבן אױף אײַער חבֿר.

28 און אַצונד באַװיליקט, קערט אײַך צו מיר;

און צי װעל איך אײַך אין פּנים אַ ליגן זאָגן?

29 קערט אײַך אום, איך בעט אײַך, זאָל קײן עװלה נישט געשען,

יאָ, קערט אײַך װידער אום, איך בין גערעכט דערין.

30 איז אין מײַן צונג דאָ אומרעכט?

צי שפּירט נישט מײַן גומען פֿאַרברעכן?

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-