1 עס איז געװען אַ מאַן אין לאַנד עוץ װאָס זײַן נאָמען איז געװען אִיובֿ; און דער דאָזיקער מאַן איז געװען ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, און אַ ירא אלֹקים, און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס. 2 און עס זײַנען געבאָרן געװאָרן בײַ אים זיבן זין און דרײַ טעכטער. 3 און זײַן אײגנס איז געװען זיבן טױזנט שאָף, און דרײַ טױזנט קעמלען, און פֿינף הונדערט געשפּאַן רינדער, און פֿינף הונדערט אײזעלינס, און זײער אַ סך קנעכט; און דער דאָזיקער מאַן איז געװען גרעסער פֿון אַלע קינדער פֿון מזרח.
4 און זײַנע זין פֿלעגן גײן און מאַכן אַ מאָלצײַט בײַ איטלעכן אין הױז אין זײַן טאָג, און זײ פֿלעגן שיקן און רופֿן זײערע דרײַ שװעסטער, צו עסן און צו טרינקען מיט זײ. 5 און עס איז געװען, אַז װי די טעג פֿון דעם מאָלצײַט האָבן זיך אַרומגעדרײט, אַזױ האָט אִיובֿ געשיקט און האָט זײ געהײליקט, און ער פֿלעגט זיך פֿעדערן אין דער פֿרי, און אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער לױט דער צאָל פֿון זײ אַלעמען, װאָרעם אִיובֿ האָט געזאָגט: אפֿשר האָבן מײַנע קינדער געזינדיקט, און זײ האָבן געלעסטערט אלֹקים אין זײער האַרצן. אַזױ פֿלעגט אִיובֿ טאָן אַלע מאָל.
6 און עס איז געװען דער טאָג, װען די זין פֿון אלֹקים זײַנען געקומען זיך שטעלן פֿאַר ה׳, און אױך דער שׂטן איז געקומען צװישן זײ. 7 האָט ה׳ געזאָגט צום שׂטן: פֿון װאַנען קומסטו? האָט דער שׂטן געענטפֿערט ה׳, און האָט געזאָגט: פֿון װאַנדערן איבער דער ערד און פֿון אַרומגײן אױף איר. 8 האָט ה׳ געזאָגט צום שׂטן: האָסטו אַכט געטאָן אױף מײַן קנעכט אִיובֿן, אַז עס איז נישטאָ אַזאַ װי ער אױף דער ערד, אַ מאַן ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, ירא אלֹקים און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס? 9 האָט דער שׂטן געענטפֿערט ה׳, און האָט געזאָגט: איז דען אומזיסט אִיובֿ אַ ירא אלֹקים? 10 האָסטו נישט אַרומגעצאַמט אים און זײַן הױזגעזינט און אַלץ װאָס איז זײַנס רונד אַרום? די אַרבעט פֿון זײַנע הענט האָסטו געבענטשט, און זײַן אײגנס איז פֿאַרשפּרײט איבערן לאַנד. 11 אָבער שטרעק אַקאָרשט אױס דײַן האַנט, און ריר אָן עפּעס װאָס איז זײַנס, אױב ער װעט נישט אין דײַן פּנים דיך לעסטערן. 12 האָט ה׳ געזאָגט צום שׂטן: אָט איז אַלץ װאָס איז זײַנס אין דײַן האַנט, נאָר אױף אים זאָלסטו נישט אױסשטרעקן דײַן האַנט.
איז דער שׂטן אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳.
13 און עס איז געװען אײן טאָג, װי זײַנע זין און זײַנע טעכטער עסן און טרינקען װײַן אין הױז פֿון זײער עלטסטן ברודער, 14 אַזױ איז אַ שליח געקומען צו אִיובֿן, און האָט געזאָגט: די רינדער האָבן געאַקערט, און די אײזעלינס האָבן זיך געפֿיטערט לעבן זײ, 15 זײַנען באַפֿאַלן שבֿאָער, און האָבן זײ צוגענומען, און די יונגען האָבן זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן. 16 װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: אַ פֿײַער פֿון אלֹקים איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל, און האָט אָנגעצונדן די שאָף און די יונגען, און האָט זײ פֿאַרצערט, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן. 17 װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: כַּשׂדים האָבן געמאַכט דרײַ מחנות, און זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף די קעמלען, און האָבן זײ צוגענומען, און די יונגען האָבן זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן. 18 װי דער רעדט נאָך, אַזױ איז אָנגעקומען אַן אַנדערער, און האָט געזאָגט: דײַנע זין און דײַנע טעכטער האָבן געגעסן און געטרונקען װײַן אין הױז פֿון זײער עלטסטן ברודער, 19 ערשט אַ גרױסער װינט איז אָנגעקומען פֿון דער זײַט פֿון מדבר, און האָט אָנגעכאַפּט די פֿיר װינקלען פֿון הױז, און עס איז אײַנגעפֿאַלן אױף די יונגעלײַט, און זײ זײַנען געשטאָרבן, און נאָר איך אַלײן בין אַנטרונען געװאָרן דיר אָנצוזאָגן.
20 איז אִיובֿ אױפֿגעשטאַנען, און האָט צעריסן זײַן מאַנטל, און האָט אָפּגעשאָרן זײַן קאָפּ, און איז געפֿאַלן אױף דער ערד, און האָט זיך געבוקט. 21 און ער האָט געזאָגט: נאַקעט בין איך אַרױסגעגאַנגען פֿון מײַן מוטערס לײַב, און נאַקעט װעל איך זיך אומקערן אַהין; ה׳ האָט געגעבן, און ה׳ האָט צוגענומען, געלױבט זאָל זײַן דער נאָמען פֿון ה׳.
22 בײַ אַלעם דעם האָט אִיובֿ נישט געזינדיקט, און נישט געגעבן קײן לעסטערונג צו אלֹקים.