1 די נבֿואה װאָס חֲבַֿקוּק דער נבֿיא האָט געזען.
2 ביז װאַנען, ה׳, װעל איך רופֿן,
און דו װעסט נישט הערן?
שרײַען צו דיר געװאַלט,
און דו װעסט נישט העלפֿן?
3 פֿאַר װאָס לאָזטו מיך זען אומרעכט,
און קוקסט-צו אומגליק?
און רױב און גזלה זײַנען פֿאַר מיר,
און עס איז קריג, און שטרײַט הײבט זיך אױף.
4 דערום איז אָפּגעשלאַפֿט די תּורה,
און קײן מאָל קומט נישט אַרױס אַ משפּט;
װײַל דער רשע רינגלט אַרום דעם צדיק,
דערום קומט אַרױס דער משפּט פֿאַרדרײט.
5 זעט בײַ די פֿעלקער און קוקט-צו,
און װוּנדערן פֿאַרװוּנדערט אײַך,
װאָרעם אַ טוּונג טוט מען אין אײַערע טעג
איר װעט נישט גלױבן, אַז עס װעט דערצײלט װערן.
6 װאָרעם זעט, איך מאַך אױפֿשטײן די כַּשׂדים,
דאָס ביטערע און דאָס האַסטיקע פֿאָלק,
װאָס גײט איבער דער ברײט פֿון דער ערד,
צו אַרבן װױנונגען נישט זײַנע.
7 פֿאָרכטיק און מוראדיק איז ער,
פֿון אים אַלײן גײט אַרױס זײַן רעכט און זײַן מאַכט.
8 און פֿלינקער פֿון לעמפּערטן זײַנען זײַנע פֿערד,
און שאַרפֿער פֿון אָװנטװעלף;
און זײַנע רײַטער פֿאַרשפּרײטן זיך,
יאָ, זײַנע רײַטער קומען פֿון דער װײַטן,
זײ פֿליען װי אַן אָדלער װאָס אײַלט צו פֿאַרצערן.
9 זײ אַלע קומען אױף רױב,
דאָס ציען פֿון זײערע פּנימער איז פֿאַרױס צו;
און ער זאַמלט װי זאַמד געפֿאַנגענע.
10 און ער שפּאָט פֿון מלכים,
און פֿירשטן זײַנען אַ שפּילכל בײַ אים;
ער לאַכט פֿון איטלעכער פֿעסטונג,
װאָרעם ער שיט אָן ערד, און באַצװינגט זי.
11 דענצמאָל גײט אים אַריבער װי דער װינט,
און ער טרעט איבער און פֿאַרשולדיקט װערען;
זײַן דאָזיקער כּוֹח װערט בײַ אים צום ג-ט.
12 פֿאַר װאָר, דו ביסט דאָך פֿון אײביק אָן,
ה׳ מײַן ג-ט, מײַן הײליקער,
לאָמיר נישט אומקומען;
ה׳, דו האָסט אים פֿאַר אַ משפּט געמאַכט,
און דו, פֿעלדז, האָסט אים צו שטראָפֿן געשטעלט.
13 דײַנע אױגן זײַנען צו רײן צו זען שלעכטס,
און צוקוקן אומרעכט קענסטו נישט;
פֿאַר װאָס קוקסטו-צו די װאָס פֿעלשן,
שװײַגסט װען דער רשע שלינגט אײַן
דעם װאָס איז גערעכטער פֿון אים?
14 און האָסט געמאַכט מענטשן װי די פֿישן פֿון ים,
װי שרצים אָן אַ געװעלטיקער איבער זײ;
15 ער ציט זײ אַלע אַרױף מיט אַ װענטקע,
ער שלעפּט זײ אַרױף אין דער נעץ,
און ער זאַמלט זײ אײַן אין זײַן פֿאַנגנעץ;
דערום פֿרײט ער זיך און קװעלט.
16 דערום שלאַכט ער צו זײַן נעץ,
און רײכערט צו זײַן פֿאַנגנעץ,
װאָרעם דורך זײ איז פֿעט זײַן חלק,
און זײַן עסן איז זאַפֿטיק.
17 זאָל ער דערום אױסלײדיקן זײַן נעץ,
און תּמיד הרגען פֿעלקער אָן דערבאַרעמונג?