Publicidade

Habacuque 3

1 אַ תּפֿילה פֿון חֲבַֿקוּק דעם נבֿיא אױף שִגיוֹנות.

2 ה׳, איך האָב געהערט דײַן הערונג; איך שרעק מיך;

ה׳, לעב אױף דײַן װערק אין די נאָנטע יאָרן,

אין די נאָנטע יאָרן מאַך עס באַקאַנט;

אין צאָרן געדענק אָן דערבאַרעמען.

3 אֱלוֹהַּ קומט פֿון תֵּימָן,

און דער הײליקער פֿון באַרג פּאָרָן.

סֶלָה.

זײַן גלאַנץ באַדעקט די הימלען,

און מיט זײַן ליכטיקײט איז פֿול די ערד.

4 און דער שימער איז װי זונליכט,

שטראַלן האָט ער פֿון זײַן זײַט;

און דאָרטן איז די באַהעלטעניש פֿון זײַן מאַכט.

5 אים פֿאַרױס גײט די פּעסט,

און דער בליץ גײט אַרױס נאָך זײַנע פֿיס.

6 ער שטײט אױף, און צעטרײסלט די ערד,

ער גיט אַ קוק, און מאַכט שפּרינגען די פֿעלקער,

און די אײביקע בערג װערן צעפּיצלט,

די אוראַלטע הײכן פֿאַלן אַנידער;

דאָס זײַנען זײַנע אײביקע װעגן.

7 אונטער אומגליק זע איך די געצעלטן פֿון כּושַן,

די פֿאָרהאַנגען פֿון מִדיָן-לאַנד ציטערן.

8 האָט אױף די טײַכן, ה׳,

האָט אױף די טײַכן געגרימט דײַן צאָרן?

צי איז אױף דעם ים דײַן כּעס?

װאָס דו רײַטסט אױף דײַנע פֿערד,

אױף דײַנע רײַטװעגן פֿון זיג?

9 בלױז אַנטבלױזט איז דײַן בױגן,

באַשװאָרן די פֿײַלן פֿון דײַן װאָרט. סֶלָה.

אין טײַכן צעשפּאַלטסטו די ערד.

10 געזען דיך – ציטערן די בערג,

אַ פֿלײצונג װאַסער איז אַריבערגעגאַנגען,

דער תּהום האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול,

ער האָט אױפֿגעהױבן אין דער הײך זײַנע הענט.

11 די זון, די לבֿנה, האָט זיך אָפּגעשטעלט אין איר װױנונג,

פֿאַר דעם שײַן פֿון דײַנע פֿײַלן װאָס לױפֿן,

פֿאַר דעם שימער פֿון דײַן בליציקן שפּיז.

12 מיט צאָרן שפּרײַזטו איבער דער ערד,

מיט כּעס דרעשסטו די אומות.

13 ביסט אַרױס צו הילף דײַן פֿאָלק,

צו הילף דײַן געזאַלבטן;

האָסט צעהאַקט דעם קאָפּ, פֿון דעם רשעס הױז,

האָסט אױפֿגעדעקט דעם גרונט ביזן האַלדז.

סֶלָה.

14 האָסט צעלעכערט מיט זײַנע פֿײַלן דעם קאָפּ פֿון זײַנע קריגערס,

װאָס שטורעמען מיך צו צעשפּרײטן;

װאָס זײער פֿרײד איז װי אױפֿצועסן דעם אָרעמאַן אין פֿאַרבאָרגעניש.

15 האָסט געטרעטן דעם ים מיט דײַנע פֿערד,

דעם שױם פֿון די גרױסע װאַסערן.

16 איך האָב געהערט, און מײַן לײַב האָט געציטערט,

פֿון דעם קֹול האָבן מײַנע ליפּן געקלאַפּט;

אַ פֿױלונג איז אַרײַן אין מײַנע בײנער,

און איך ציטער אױף מײַן אָרט:

אַז איך זאָל זײַן באַרוט אין טאָג פֿון נױט,

װען מע קומט אױפֿן פֿאָלק אים צו באַפֿאַלן.

17 פֿאַר װאָר, דער פֿײַגנבױם בליט נישט,

און נישטאָ קײן פֿרוכט אױף די װײַנשטאָקן,

געפֿעלשט האָט דער אײַנקום פֿון אײלבערטבױם,

און די פֿעלדער גיבן נישט קײן שפּײַז,

אָפּגעשניטן פֿון געהעפֿט איז די שאָף,

און נישטאָ קײן רינדער אין די שטאַלן,

18 אָבער איך װעל מיך פֿרײען מיט ה׳,

און לוסטיק זײַן מיט דעם ג-ט פֿון מײַן הילף.

19 ה׳ אֲדֹנָי איז מײַן שטאַרקײט,

און ער מאַכט מײַנע פֿיס װי די הינדן,

און אױף מײַנע הײכן מאַכט ער מיך טרעטן.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער. מיט מײַן סטרונעשפּיל.

Veja também

Publicidade
Habacuque
Ver todos os capítulos de Habacuque
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-