1 און עס איז געװען אין פֿערצנטן יאָר פֿון מלך חִזקִיָהון, איז אַרױפֿגעגאַנגען סַנחֵריבֿ דער מלך פֿון אשור אױף אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון יהוּדה, און האָט זײ אײַנגענומען. 2 און דער מלך פֿון אשור האָט געשיקט רַבֿשָקֵהן פֿון לָכיש קײן ירושָלַיִם צום מלך חִזקִיָהון מיט אַ גרױסן חיל. און ער האָט זיך געשטעלט בײַ דעם גראָבן פֿון דעם אױבערשטן טײַך אױפֿן װעג פֿון װעשערפֿעלד. 3 איז אַרױסגעגאַנגען צו אים אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהון, װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דער שרײַבער, און יוֹאָח דער זון פֿון אָסָפֿן, דער דערמאָנער.
4 און רַבֿשָקֵה האָט צו זײ געזאָגט: זאָגט אַקאָרשט צו חִזקִיָהון: אַזױ האָט געזאָגט דער גרױסער מלך, דער מלך פֿון אשור: װאָס איז די דאָזיקע פֿאַרזיכערונג װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך? 5 דו זאָגסט, אָבער עס איז נאָר אַ װאָרט פֿון די ליפּן, איך האָב עצה און שטאַרקײט צו מלחמה. איצט, אױף װעמען האָסטו זיך פֿאַרלאָזט, אַז דו האָסט זיך קעגן מיר געבונטעװעט? 6 זע, דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף דעם שטעקן פֿון דעם דאָזיקן צעבראָכענעם ראָר – אױף מִצרַיִם – װאָס אַז אַ מענטש לענט זיך אױף אים אָן, גײט ער אים אַרײַן אין דער האַנט, און לעכערט זי דורך; אַזױ איז פַּרעה דער מלך פֿון מִצרַיִם פֿאַר אַלע װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף אים. 7 און אַז דו װעסט מיר זאָגן: מיר פֿאַרזיכערן זיך אױף ה׳ אלוקינו; איז דאָס נישט דער װאָס חִזקִיָהו האָט אָפּגעטאָן זײַנע בָמות און זײַנע מזבחות, און האָט געזאָגט צו יהוּדה און צו ירושָלַיִם: פֿאַר דעם דאָזיקן מזבח זאָלט איר זיך בוקן? 8 און אַצונד, פֿאַרװעט זיך אַקאָרשט מיט מײַן האַר דעם מלך פֿון אשור, און איך װעל דיר געבן צװײ טױזנט פֿערד, אױב דו קענסט דיר אַרױפֿזעצן רײַטער אױף זײ. 9 הײַנט װי קענסטו אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון אַ הױפּטמאַן, אײנעם פֿון די קלענסטע קנעכט פֿון מײַן האַר? פֿון דעסט װעגן פֿאַרזיכערסטו זיך אױף מִצרַיִם װעגן רײַטװעגן און רײַטער. 10 און אַצונד, בין איך דען אָן ה׳ אַרױפֿגעקומען אױף דעם דאָזיקן לאַנד, עס צו פֿאַרװיסטן? ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: גײ אַרױף אױף דעם דאָזיקן לאַנד, און פֿאַרװיסט עס.
11 האָט אֶליָקים און שֶבֿנאָ און יוֹאָח געזאָגט צו רַבֿשָקֵהן: רעד, איך בעט דיך, צו דײַנע קנעכט אַראַמיש, װאָרעם מיר פֿאַרשטײען עס, און רעד נישט צו אונדז יהוּדיש אין די אױערן פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק װאָס אױף דער מױער.
12 האָט רַבֿשָקֵה געזאָגט: האָט דען צו דײַן האַר און צו דיר מיך געשיקט מײַן האַר צו רעדן די דאָזיקע װערטער, און נישט צו די מענטשן װאָס זיצן אױף דער מױער, צו עסן זײער קױט, און צו טרינקען זײער לײַב-װאַסער, בײַ אײַך?
13 און רַבֿשָקֵה האָט זיך געשטעלט, און האָט אױסגערופֿן אױף אַ הױכן קֹול, אױף יהוּדיש, און האָט געזאָגט: הערט די װערטער פֿון דעם גרױסן מלך, דעם מלך פֿון אשור: 14 אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: זאָל אײַך חִזקִיָהו נישט נאַרן, װאָרעם ער קען אײַך נישט מציל זײַן. 15 און זאָל אײַך חִזקִיָהו נישט פֿאַרזיכערן אױף ה׳, אַזױ צו זאָגן: מציל זײַן װעט אונדז מציל זײַן ג-ט; די דאָזיקע שטאָט װעט נישט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. 16 איר זאָלט זיך נישט צוהערן צו חִזקִיָהון, װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט דער מלך פֿון אשור: מאַכט מיט מיר שלום, און קומט אַרױס צו מיר, און עסט איטלעכער פֿון זײַן װײַנשטאָק און איטלעכער פֿון זײַן פֿײַגנבױם, און טרינקט איטלעכער דאָס װאַסער פֿון זײַן ברונעם; 17 ביז איך קום, און װעל אײַך נעמען אין אַ לאַנד אַזױ װי אײַער לאַנד, אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װײַן, אַ לאַנד פֿון ברױט און װײַנגערטנער. 18 זאָל אײַך נאָר חִזקִיָהו נישט אײַנרעדן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ װעט אונדז מציל זײַן. האָבן דען מציל געװען די ג‑טער פֿון די פֿעלקער איטלעכער זײַן לאַנד פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור? 19 װוּ זײַנען די ג‑טער פֿון חַמָת און אַרפַּד? װוּ זײַנען די ג‑טער פֿון ספֿרוַיִם? און האָבן זײ דען מציל געװען שוֹמרוֹן פֿון מײַן האַנט? 20 װער זײַנען צװישן אַלע ג‑טער פֿון די דאָזיקע לענדער, װאָס האָבן מציל געװען זײער לאַנד פֿון מײַן האַנט, אַז ה׳ זאָל מציל זײַן ירושָלַיִם פֿון מײַן האַנט?
21 האָבן זײ געשװיגן, און האָבן אים אַ װאָרט נישט געענטפֿערט, װאָרעם דער באַפֿעל פֿון מלך איז געװען, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט אים נישט ענטפֿערן.
22 איז געקומען אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהון, װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דער שרײַבער, און יוֹאָח דער זון פֿון אָסָפֿן, דער דערמאָנער, צו חִזקִיָהון, מיט צעריסענע קלײדער, און זײ האָבן אים דערצײלט די װערטער פֿון רַבֿשָקֵהן.