1 ה׳, דו ביסט מײַן ג-ט,
איך װעל דיך דערהײבן,
איך װעל לױבן דײַן נאָמען,
װאָרעם האָסט אױפֿגעטאָן װוּנדער;
די באַראָטן פֿון לאַנג אָן –
מיט טרײַער געטרײַשאַפֿט.
2 װאָרעם האָסט געמאַכט פֿון אַ שטאָט אַ הױפֿן,
אַ באַפֿעסטיקטן כּרך פֿאַר אַ חורבֿה,
די פּאַלאַצן פֿון פֿרעמדע פֿאַר אױס שטאָט,
זײ זאָלן אײביק נישט אָפּגעבױט װערן.
3 דערום װעט דיך ערלעכן די שטאַרקע אומה,
דער כּרך פֿון מאַכטיקע פֿעלקער װעט דיך פֿאָרכטן.
4 װאָרעם ביסט געװען אַ פֿעסטונג דעם אָרעמאַן,
אַ פֿעסטונג דעם באַדערפֿטיקן אין זײַן נױט,
אַ שוץ פֿון גוסרעגן,
אַ שאָטן פֿון היץ;
װאָרעם דער צאָרן פֿון די מאַכטיקע
איז װי אַ גוסרעגן אױף אַ װאַנט.
5 אַזױ װי היץ אין אַ טרוקענעם לאַנד,
דאָס גערױש פֿון די פֿרעמדע אונטערטעניקסטו;
װי היץ דורך אַ װאָלקנשאָטן,
װערט דאָס געזאַנג פֿון די מאַכטיקע פֿאַרדריקט.
6 און ה׳ צבָֿאוֹת װעט מאַכן
פֿאַר אַלע פֿעלקער אױף דעם דאָזיקן באַרג,
אַ מאָלצײַט פֿון פֿעטשפּײַזן,
אַ מאָלצײַט פֿון הײװנװײַנען,
פֿעטשפּײַזן מאַרכיקע,
הײװנװײַנען געלײַטערטע.
7 און ער װעט פֿאַרטיליקן אױף דעם דאָזיקן באַרג
דעם צודעק װאָס דעקט צו אַלע פֿעלקער,
און דעם שלײער װאָס איז געשלײערט אױף אַלע אומות.
8 ער װעט פֿאַרטיליקן דעם טױט אױף אײביק;
און אֲדֹנָי ה׳ װעט אָפּװישן
די טרער פֿון איטלעכן פּנים,
און די שאַנד פֿון זײַן פֿאָלק
װעט ער אָפּטאָן פֿון דער גאַנצער ערד;
װאָרעם ה׳ האָט גערעדט.
9 און מע װעט זאָגן אין יענעם טאָג:
זע, דאָס איז אלוקינו,
װאָס מיר האָבן געהאָפֿט צו אים ער זאָל אונדז העלפֿן,
דאָס איז ה׳ װאָס מיר האָבן געהאָפֿט צו אים,
לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען מיט זײַן הילף.
10 װאָרעם די האַנט פֿון ה׳ װעט רוען אױף דעם דאָזיקן באַרג,
און מוֹאָבֿ װעט צעטרעטן װערן אױף זײַן אָרט,
װי שטרױ װערט צעטרעטן אין מיסטהױפֿן.
11 און ער װעט אױסשפּרײטן דערין זײַנע הענט,
װי אַ שװימער שפּרײט אױס צום שװימען;
אָבער מע װעט דערנידערן זײַן גאװה
מיט די קונצן פֿון זײַנע הענט:
12 און די הױכע פֿעסטונג פֿון דײַנע מױערן
בײגט ער, דערנידערט ער,
ברענגט ער צו דער ערד ביזן שטױב.