1 די נבֿואה אױף מוֹאָבֿ:
פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן עָר-מואָבֿ,
פֿאַרשניטן געװאָרן;
פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן קיר-מואָבֿ,
פֿאַרשניטן געװאָרן.
2 ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן בַיִת און דיבֿוֹן,
אױף די בָמות צו װײנען;
אױף נבֿוֹ און אױף מֵידבֿאָ טוט יאָמערן מוֹאָבֿ;
אױף אַלע זײַנע קעפּ איז אַ פּליך,
יעטװעדער באָרד איז אָפּגעשניטן.
3 אין זײַנע גאַסן גורט מען אָן זאַק;
אױף אירע דעכער און אין אירע מערק,
טוט איטלעכער יאָמערן, צעגײט אין געװײן.
4 און קלאָגן טוט חֶשבוֹן און אֶלעָלֵה,
ביז יַהַץ װערט געהערט זײער קֹול;
דערום שרײַען די באַװאָפֿנטע פֿון מוֹאָבֿ;
זײַן זעל טוט אים ציטערן.
5 מײַן האַרץ אױף מוֹאָבֿ טוט קלאָגן,
אירע אַנטלאָפֿענע גרײכן ביז צוֹעַר,
דער עגלת־שלישיה;
װאָרעם דער אַרױפֿגאַנג פֿון לוחית,
אים גײט מען אַרױף מיט געװײן;
װאָרעם אױף דעם װעג פֿון חוֹרוֹנַיִם
אַ בראָכגעשרײ הײבן זײ אױף.
6 װאָרעם די װאַסערן פֿון נִמרים װעלן אַ װיסטעניש װערן;
װאָרעם פֿאַרדאַרט איז דאָס קרײַטעכץ,
פֿאַרלענדט איז דאָס גראָז,
קײן גרינס איז נישטאָ.
7 דערום, די שפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעזאַמלט,
און דאָס װאָס זײ האָבן באַהאַלטן,
װעלן זײ צום טײַך פֿון די װערבעס אַװעקטראָגן.
8 װאָרעם דאָס געשרײ האָט אַרומגערינגלט
דעם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ;
ביז אֶגלַיִם גײט איר יללה.
און ביז באֵר-אֵלים, איר יללה.
9 װאָרעם די װאַסערן פֿון דימון זײַנען פֿול מיט בלוט;
װאָרעם איך װעל דימון נאָך געבן אַ צולאָג:
אַ לײב פֿאַר די אַנטרונענע פֿון מוֹאָבֿ,
און פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון לאַנד.