1 אין יענעם טאָג װעט ה׳ באַשטראָפֿן
מיט זײַן האַרטער און גרױסער און שטאַרקער שװערד,
דעם לִויָתן, די לױפֿיקע שלאַנג,
און דעם לִויָתן, די געדרײטע שלאַנג;
און ער װעט טײטן דעם קראָקאָדיל װאָס אין ים.
2 אין יענעם טאָג זינגט צו איר:
װײַנגאָרטן פֿון שױמיקן װײַן!
3 איך ה׳ בין זײַן היטער,
אַלע רגע באַװאַסער איך אים;
טאָמער װעט מען אים בײז טאָן,
אים היט איך בײַ נאַכט און בײַ טאָג.
4 קײן צאָרן איז נישטאָ אין מיר;
װען דאָס איז מיר דערנער און װילדגעװעקס!
איך װאָלט אין מלחמה געטרעטן דערױף;
איך װאָלט עס פֿאַרברענט מיט אַנאַנדער.
5 װען ער זאָל זיך נאָר האַלטן אָן מײַן שטאַרקײט,
מאַכן שלום מיט מיר,
מיט מיר שלום מאַכן!
6 אין די קומעדיקע טעג װעט זיך אײַנװאָרצלען יעקבֿ,
שפּראָצן און בליִען װעט יִשׂרָאֵל,
און דאָס געזיכט פֿון דער װעלט װעט פֿול זײַן מיט פֿרוכט.
7 האָט ער אים געשלאָגן װי ער האָט זײַן שלעגער געשלאָגן?
אָדער איז ער װי די טײטונג פֿון זײַנע געטײטע געטײט געװאָרן?
8 װען פֿול די מאָס, באַשטראָפֿסטו זי מיט אַװעקשיקן;
ער האָט זי פֿאַרטריבן אין זײַן שװער געמיט
אין טאָג פֿון מזרח-װינט.
9 דערום װעט דערמיט פֿאַרגעבן װערן די זינד פֿון יעקבֿ,
און דאָס איז אַל דער אָפּצאָל פֿאַר אָפּטאָן זײַן חטא:
װען ער װעט מאַכן אַלע מזבח-שטײנער
װי קאַלכשטײנער צעהאַקטע,
אַז מער זאָלן נישט אױפֿשטײן
קײן געצנבײמער און קײן זונזײַלן.
10 װאָרעם די באַפֿעסטיקטע שטאָט איז אַלײן,
אַ װױנונג אַװעקגעװאָרפֿן און פֿאַרלאָזט װי אַ מדבר;
דאָרט װעט זיך פֿיטערן אַ קאַלב, און דאָרט װעט עס הױערן,
און פֿאַרלענדן אירע צװײַגן.
11 װען אירע ריטלעך זײַנען פֿאַרדאַרט,
װעלן זײ אָפּגעבראָכן װערן;
װײַבער קומען און צינדן זי אָן.
װאָרעם אַ פֿאָלק אָן פֿאַרשטאַנדיקײט איז דאָס;
דערום װעט אים נישט דערבאַרעמען זײַן בורא,
און זײַן באַשעפֿער װעט אים נישט לײַטזעליקן.
12 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט ה׳ אָפּקלאַפּן זײַן פֿרוכט פֿון שטראָם פֿון דעם טײַך, ביז דעם טײַך פֿון מִצרַיִם, און איר װעט אױפֿגעקליבן װערן אײנציק-אײנציקװײַז, קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 13 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט געבלאָזן װערן אין אַ גרױסן שופֿר, און עס װעלן קומען די פֿאַרלאָרענע אין לאַנד אשור, און די פֿאַרשטױסענע אין לאַנד מִצרַיִם, און זײ װעלן זיך בוקן צו ה׳ אױפֿן הײליקן באַרג אין ירושָלַיִם.