Publicidade

1 Reis 1

1 און דער מלך דָוִד איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט, און מע האָט אים צוגעדעקט מיט קלײדער, אָבער אים פֿלעגט נישט װאַרעם װערן. 2 האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: זאָל מען זוכן פֿאַר מײַן האַר דעם מלך אַ מײדל אַ יונגפֿרױ, און זי װעט שטײן פֿאַר דעם מלך, און װעט אים זײַן אַ װאַרטאָרין; און זי װעט ליגן אין דײַן בוזעם, און עס װעט װאַרעם זײַן מײַן האַר דעם מלך.

3 און זײ האָבן געזוכט אַ שײן מײדל אין גאַנצן געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געפֿונען אַבֿישַג פֿון שוּנֵם און האָבן זי געבראַכט צום מלך. 4 און די מײדל איז געװען שײן ביז גאָר; און זי איז געװען דעם מלך אַ װאַרטאָרין, און האָט אים באַדינט; אָבער דער מלך האָט זי נישט דערקענט.

5 און אַדוֹנִיָה דער זון פֿון חַגיתן האָט זיך איבערגענומען, אַזױ צו זאָגן: איך װעל װערן מלך. און ער האָט זיך אײַנגעשאַפֿט רײַטװעגן און רײַטער, און פֿופֿציק מאַן װאָס זײַנען געלאָפֿן אים פֿאַרױס. 6 װאָרעם זײַן פֿאָטער האָט אים אין זײַן לעבטאָג נישט באַטריבט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ? און ער איז אױך געװען זײער שײן אין געשטאַלט. און ער איז געבאָרן געװאָרן נאָך אַבֿשָלומען.

7 און ער האָט געהאַט אַ גערײד מיט יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן, און מיט אֶבֿיָתָר דעם כּהן, און זײ האָבן מיטגעהאָלפֿן אַדוֹנִיָהן. 8 אָבער צָדוֹק דער כּהן, און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען און נָתָן דער נבֿיא, און שִמְעִי, און רֵעִי, און די גיבוֹרים װאָס בײַ דָוִדן, זײַנען נישט געװען מיט אַדוֹנִיָהוּן.

9 און אַדוֹנִיָהוּ האָט געשאָכטן שאָף און רינדער און געשטאָפּטע קעלבער בײַ דעם שטײן זוֹחֶלֶת װאָס לעבן עֵין-רוֹגֵל, און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זײַנע ברידער, דעם מלכס זין, און אַלע מענער פֿון יהוּדה, דעם מלכס קנעכט. 10 אָבער נָתָן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּן, און די גיבוֹרים, און זײַן ברודער שלמהן, האָט ער נישט גערופֿן.

11 האָט נָתָן געזאָגט צו בַת-שֶבֿען, שלמהס מוטער, אַזױ צו זאָגן: האָסטו נישט געהערט אַז אַדוֹנִיָהוּ דער זון פֿון חַגיתן איז געװאָרן מלך, און אונדזער האַר דָוִד װײס נישט? 12 און אַצונד, קום לאָמיך אַקאָרשט דיר געבן אַן עצה, און ראַטעװען דײַן לעבן און דאָס לעבן פֿון דײַן זון שלמהן. 13 גײ און קום צום מלך דָוִד, און זאָלסט זאָגן צו אים: האָסטו, מײַן האַר מלך, נישט געשװאָרן דײַן דינסט, אַזױ צו זאָגן: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן? הײַנט פֿאַר װאָס איז אַדוֹנִיָהוּ געװאָרן מלך? 14 אָט װי דו רעדסט נאָך דאָרטן מיטן מלך, אַזױ װעל איך קומען נאָך דיר, און װעל פֿאַרפֿולן דײַנע װערטער.

15 איז בַת-שֶבֿע אַרײַנגעגאַנגען צום מלך אין קאַמער. – און דער מלך איז געװען זײער אַלט, און אַבֿישַג פֿון שוּנֵם האָט באַדינט דעם מלך. – 16 און בַת-שֶבֿע האָט זיך גענײגט און זיך געבוקט צום מלך. האָט דער מלך געזאָגט: װאָס איז דיר?

17 האָט זי צו אים געזאָגט: מײַן האַר, דו האָסט געשװאָרן דײַן דינסט בײַ ה׳ דײַן ג-ט: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן. 18 און אַצונד זע, אַדוֹנִיָה איז געװאָרן מלך, און אַצונד, מײַן האַר מלך, װײסטו גאָרנישט. 19 און ער האָט געשאָכטן אָקסן און געשטאָפּטע קעלבער און שאָף אַ סך, און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון דעם מלך, און אֶבֿיָתָר דעם כּהן, און יוֹאָבֿ דעם חיל-לידער; אָבער דײַן קנעכט שלמהן האָט ער נישט גערופֿן. 20 און דו מײַן האַר מלך, אױף דיר זײַנען די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, זײ צו זאָגן, װער זאָל זיצן אױף דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך נאָך אים. 21 װאָרעם עס װעט זײַן, װי מײַן האַר דער מלך לײגט זיך מיט זײַנע עלטערן, אַזױ װעל איך און מײַן זון שלמה זײַן פֿאַרשולדיקטע.

22 און אָט װי זי רעדט נאָך מיטן מלך, אַזױ איז נָתָן דער נבֿיא געקומען. 23 האָט מען אָנגעזאָגט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: נָתָן דער נבֿיא איז דאָ. און ער איז געקומען פֿאַר דעם מלך, און האָט זיך געבוקט צום מלך אױף זײַן פּנים צו דער ערד. 24 און נָתָן האָט געזאָגט: מײַן האַר מלך, האָסט דו געזאָגט: אַדוֹנִיָהוּ זאָל קיניגן נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן? 25 װאָרעם ער האָט הײַנט אַראָפּגענידערט, און האָט געשאָכטן אָקסן און געשטאָפּטע קעלבער און שאָף אַ סך, און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון דעם מלך, און די חיל-לידער, און אֶבֿיָתָר דעם כּהן, און אָט עסן זײ און טרינקען מיט אים, און זאָגן: לעבן זאָל דער מלך אַדוֹנִיָהוּ! 26 אָבער מיך, מיך דײַן קנעכט, און צָדוֹק דעם כּהן, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, און דײַן קנעכט שלמהן, האָט ער נישט גערופֿן. 27 צי איז די דאָזיקע זאַך געשען פֿון מײַן האַר דעם מלך, און האָסט נישט צו װיסן געטאָן דײַן קנעכט, װער עס זאָל זיצן אױף דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך נאָך אים?

28 האָט געענטפֿערט דער מלך דָוִד און האָט געזאָגט: רוף מיר אַרײַן בַת-שֶבֿען. און זי איז געקומען פֿאַרן מלך און האָט זיך געשטעלט פֿאַרן מלך. 29 און דער מלך האָט געשװאָרן און געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳, װאָס האָט אױסגעלײזט מײַן זעל פֿון יעטװעדער צרה, 30 אַז אַזױ װי איך האָב דיר געשװאָרן בײַ ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר – אַז אַזױ װעל איך טאָן הײַנטיקן טאָג!

31 האָט בַת-שֶבֿע זיך גענײגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט צום מלך, און האָט געזאָגט: אײביק לעבן זאָל מײַן האַר דער מלך דָוִד!

32 און דער מלך דָוִד האָט געזאָגט: רופֿט מיר צָדוֹק דעם כּהן, און נָתָן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען. זײַנען זײ געקומען פֿאַרן מלך, 33 און דער מלך האָט צו זײ געזאָגט: נעמט מיט אײַך די קנעכט פֿון אײַער האַר, און זעצט אַרױף מײַן זון שלמהן אױף מײַן מױלאײזלען, און איר זאָלט אים מאַכן נידערן צום גיחון. 34 און זאָל צָדוֹק דער כּהן און נָתָן דער נבֿיא אים דאָרטן זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל. און איר זאָלט בלאָזן אין שופֿר, און זאָגן: לעבן זאָל דער מלך שלמה! 35 און איר זאָלט אַרױפֿגײן נאָך אים, און ער זאָל קומען און זיך זעצן אױף מײַן טראָן, און ער זאָל קיניגן אױף מײַן אָרט, װאָרעם אים האָב איך באַפֿױלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער יִשׂרָאֵל און איבער יהוּדה.

36 האָט בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען געענטפֿערט דעם מלך און האָט געזאָגט: אָמן! אַזױ זאָל זאָגן ה׳ דער ג-ט פֿון מײַן האַר דעם מלך! 37 אַזױ װי ה׳ איז געװען מיט מײַן האַר דעם מלך, אַזױ זאָל ער זײַן מיט שלמהן, און ער זאָל גרײסן זײַן טראָן נאָך מער פֿון דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך דָוִד.

38 און צָדוֹק דער כּהן, און נָתָן דער נבֿיא, און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און די כּרֵתים און די פּלֵתים, האָבן אַראָפּגענידערט, און זײ האָבן אַרױפֿגעזעצט שלמהן אױף דער מױלאײזלען פֿון מלך דָוִד, און האָבן אים אַראָפּגעפֿירט צו גיחון. 39 און צָדוֹק דער כּהן האָט גענומען דעם האָרן מיט אײל פֿון געצעלט, און ער האָט געזאַלבט שלמהן; און זײ האָבן געבלאָזן אין שופֿר, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך שלמה! 40 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען נאָך אים, און דאָס פֿאָלק האָט געפֿײַפֿט אױף פֿײַפֿלען, און זיך געפֿרײט אַ גרױסע פֿרײד, און די ערד האָט זיך געשפּאָלטן פֿון זײער ליאַרעם.

41 און אַדוֹנִיָהוּ און אַלע פֿאַררופֿענע װאָס מיט אים האָבן דאָס דערהערט, װען זײ האָבן געענדיקט עסן. און װי יוֹאָבֿ האָט דערהערט דעם קֹול פֿון שופֿר, אַזױ האָט ער געזאָגט: װאָס טומלט דער ליאַרעם פֿון שטאָט?

42 װי ער רעדט נאָך, ערשט יוֹנָתָן דער זון פֿון אֶבֿיָתָר דעם כּהן קומט אָן. האָט אַדוֹנִיָהוּ געזאָגט: קום אַהער, װאָרעם אַ װױלער מענטש ביסטו, און דו װעסט גוטעם מבֿשׂר זײַן. 43 האָט געענטפֿערט יוֹנָתָן און געזאָגט צו אַדוֹנִיָהוּן: פֿאַר װאָר, אונדזער האַר דער מלך דָוִד האָט געמאַכט שלמהן פֿאַר מלך. 44 און דער מלך האָט געשיקט מיט אים צָדוֹק דעם כּהן, און נָתָן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, און די כּרֵתים און די פּלֵתים, און זײ האָבן אים אַרױפֿגעזעצט אױף דער מױלאײזלען פֿון מלך. 45 און צָדוֹק דער כּהן און נָתָן דער נבֿיא האָבן אים געזאַלבט פֿאַר מלך בײַם גיחון, און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן פֿרײלעכע, און די שטאָט האָט געטומלט; דאָס איז דער ליאַרעם װאָס איר האָט געהערט. 46 און שלמה האָט זיך אױך געזעצט אױפֿן טראָן פֿון דער מלוכה. 47 און אױך זײַנען די קנעכט פֿון מלך געקומען װינטשן אונדזער האַר דעם מלך דָוִד, אַזױ צו זאָגן: זאָל דײַן ג-ט באַגיטיקן שלמהס נאָמען נאָך מער פֿון דײַן נאָמען, און גרײסן זײַן טראָן נאָך מער פֿון דײַן טראָן. 48 און אױך האָט דער מלך אַזױ געזאָגט: ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס האָט הײַנט געגעבן װער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן, און מײַנע אױגן זעען עס.

49 האָבן אַלע פֿאַרופֿענע װאָס בײַ אַדוֹנִיָהוּן אױפֿגעציטערט און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און געגאַנגען איטלעכער אױף זײַן װעג. 50 און אַדוֹנִיָהוּ האָט מורא געהאַט פֿאַר שלמהן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען און האָט זיך אָנגענומען אָן די הערנער פֿון מזבח.

51 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שלמהן, אַזױ צו זאָגן: זע, אַדוֹנִיָהוּ האָט מורא פֿאַר דעם מלך שלמה, און אָט האָט ער זיך אָנגעכאַפּט אָן די הערנער פֿון מזבח, אַזױ צו זאָגן: זאָל מיר דער מלך שלמה הײַנט שװערן, אױב ער װעט טײטן זײַן קנעכט מיטן שװערד.

52 האָט שלמה געזאָגט: אױב ער װעט זײַן אַן אָרנטלעכער מענטש, װעט אַ האָר פֿון אים נישט פֿאַלן צו דער ערד; אױב אָבער בײז װעט געפֿונען װערן אין אים, װעט ער שטאַרבן. 53 און דער מלך שלמה האָט געשיקט, און מע האָט אים אַראָפּגענידערט פֿון מזבח; און ער איז געקומען, און האָט זיך געבוקט צום מלך שלמה, און שלמה האָט צו אים געזאָגט: גײ אַהײם.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-