1 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט מען אָנגעזאָגט יוֹספֿן: זע, דײַן פֿאָטער איז קראַנק. האָט ער גענומען מיט זיך זײַנע צװײ זין, מנַשֶהן און אפֿרימען. 2 און מע האָט געלאָזט װיסן יעקבֿן און געזאָגט: זע, דײַן זון יוֹסף קומט צו דיר; און יִשׂרָאֵל האָט זיך געשטאַרקט, און האָט זיך געזעצט אױפֿן בעט.
3 און יעקבֿ האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: אֵל שַדַי האָט זיך באַװיזן צו מיר אין לוז, אין לאַנד כּנַעַן, און ער האָט מיך געבענטשט. 4 און ער האָט צו מיר געזאָגט: זע, איך װעל דיך פֿרוכפּערן און װעל דיך מערן, און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ געזעמל פֿעלקער; און איך װעל געבן דאָס דאָזיקע לאַנד צו דײַן זאָמען נאָך דיר פֿאַר אַן אײביקן אײגנטום. 5 און אַצונד, די צװײ זין װאָס זײַנען דיר געבאָרן געװאָרן אין לאַנד מִצרַיִם פֿאַר מײַן קומען צו דיר קײן מִצרַיִם, זײ זײַנען מײַנע: אפֿרים און מנַשֶה זאָלן זײַן מײַנע אַזױ װי ראובֿן און שמעון. 6 אָבער דײַנע געבאָרענע װאָס דו האָסט געבאָרן נאָך זײ, זאָלן זײַן דײַנע; אױף דעם נאָמען פֿון זײערע ברידער זאָלן זײ גערופֿן װערן אין זײער נחלה. 7 … און איך, אַז איך בין געקומען פֿון פַּדַן, איז מיר געשטאָרבן רחל אין לאַנד כּנַעַן אױפֿן װעג, װען עס איז נאָך געװען אַ שטרעק לאַנד צו קומען קײן אֶפֿרָת; און איך האָב זי דאָרטן באַגראָבן אױפֿן װעג קײן אֶפֿרָת, דאָס איז בֵית-לֶחֶם.
8 און יִשׂרָאֵל האָט געזען יוֹספֿס זין, און ער האָט געזאָגט: װער זײַנען די דאָזיקע? 9 האָט יוֹסף געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: דאָס זײַנען מײַנע זין װאָס אלֹקים האָט מיר געשאָנקען דאָ. האָט ער געזאָגט: נעם זײ, איך בעט דיך, צו מיר, און איך װעל זײ בענטשן. 10 און די אױגן פֿון יִשׂרָאֵלן זײַנען געװען טונקל פֿון זִקנה, ער האָט נישט געקענט זען. האָט ער זײ געמאַכט גענענען צו אים, און ער האָט זײ געקושט און זײ געהאַלדזט. 11 און יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: איך האָב נישט געדאַכט דײַן פּנים צו זען, און אָט האָט מיך אלֹקים געלאָזט זען אױך דײַנע קינדער.
12 און יוֹסף האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון צװישן זײַנע קני, און האָט זיך געבוקט אױף זײַן פּנים צו דער ערד. 13 און יוֹסף האָט זײ בײדן גענומען, אפֿרימען אין זײַן רעכטער האַנט, צו דער לינקער האַנט פֿון יִשׂרָאֵלן, און מנַשֶהן אין זײַן לינקער האַנט, צו דער רעכטער האַנט פֿון יִשׂרָאֵלן, און האָט זײ געמאַכט גענענען צו אים. 14 האָט יִשׂרָאֵל אױסגעשטרעקט זײַן רעכטע האַנט, און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון אפֿרימען, װאָס איז געװען דער ייִנגערער, און זײַן לינקע האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון מנַשֶהן; ער האָט בכּיװן איבערגעדרײט זײַנע הענט, װאָרעם מנַשֶה איז געװען דער בכוֹר. 15 און ער האָט געבענטשט יוֹספֿן, און האָט געזאָגט:
האלֹקים װאָס מײַנע עלטערן אבֿרהם און יִצחָק זײַנען געגאַנגען פֿאַר אים,
האלֹקים װאָס איז געװען מײַן פּאַסטוך פֿון זינט איך לעב ביז אױף הײַנטיקן טאָג,
16 דער מלאך װאָס האָט מיך אױסגעלײזט פֿון אַלעם בײזן,
ער זאָל בענטשן די ייִנגלעך;
און עס זאָל גערופֿן װערן אױף זײ מײַן נאָמען,
און דער נאָמען פֿון מײַנע עלטערן אבֿרהם און יִצחָק;
און זײ זאָלן זיך מערן לרובֿ אױף דער ערד.
17 און יוֹסף האָט געזען, אַז זײַן פֿאָטער טוט אַרױף זײַן רעכטע האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון אפֿרימען, און עס איז אױסגעקומען שלעכט אין זײַנע אױגן; האָט ער אונטערגעלענט זײַן פֿאָטערס האַנט, כּדי זי אַװעקצונעמען פֿון אפֿרימס קאָפּ אױף מנַשֶהס קאָפּ. 18 און יוֹסף האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: נישט אַזױ, מײַן פֿאָטער, װאָרעם דער איז דער בכוֹר; טו אַרױף דײַן רעכטע האַנט אױף זײַן קאָפּ. 19 אָבער זײַן פֿאָטער האָט נישט געװאָלט, און האָט געזאָגט: איך װײס, מײַן זון, איך װײס; ער אױך װעט װערן אַ פֿאָלק, און ער אױך װעט זײַן גרױס, אָבער זײַן ייִנגערער ברודער װעט זײַן גרעסער פֿון אים, און זײַן זאָמען װעט װערן אַ פֿולע פֿעלקער. 20 און ער האָט זײ געבענטשט אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: מיט דיר זאָל זיך בענטשן יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אלֹקים זאָל דיך מאַכן אַזױ װי אפֿרים און אַזױ װי מנַשֶה. און ער האָט געשטעלט אפֿרימען פֿאַר מנַשֶהן.
21 און יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: זע, איך שטאַרב; אָבער אלֹקים װעט זײַן מיט אײַך, און ער װעט אײַך אומקערן צו דעם לאַנד פֿון אײַערע עלטערן. 22 און איך האָב דיר געגעבן אײן חלק איבער דײַנע ברידער, װאָס איך האָב אַװעקגענומען פֿון דער האַנט פֿון דעם אֶמוֹרי מיט מײַן שװערד און מיט מײַן בױגן.