1 און אַז רחל האָט געזען אַז זי געבערט נישט פֿון יעקבֿן, האָט רחל מקנא געװען איר שװעסטער, און זי האָט געזאָגט צו יעקבֿן: גיב מיר קינדער, אַניט שטאַרב איך. 2 האָט דער צאָרן פֿון יעקבֿן געגרימט אױף רחלען, און ער האָט געזאָגט: בין איך דען אױף דעם אָרט פֿון אלֹקים, װאָס האָט פֿאַרמיטן פֿון דיר פֿרוכט פֿון לײַב? 3 האָט זי געזאָגט: אָט איז מײַן דינסט בִלהָה, קום צו איר, און זי װעט געבערן אױף מײַנע קני, און אױך איך װעל אױפֿגעריכט װערן פֿון איר.
4 און זי האָט אים געגעבן איר דינסט בִלהָהן פֿאַר אַ װײַב, און יעקבֿ איז צו איר געקומען. 5 און בִלהָה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבֿן געבאָרן אַ זון. 6 און רחל האָט געזאָגט: אלֹקים האָט זיך פֿאַר מיר אָנגענומען, און האָט אױך מײַן קֹול צוגעהערט, און מיר געגעבן אַ זון; דערום האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען דָן. 7 און בִלהָה, רחלס דינסט, איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבֿן געבאָרן אַ צװײטן זון. 8 און רחל האָט געזאָגט: שטאַרקע ראַנגלענישן האָב איך זיך געראַנגלט מיט מײַן שװעסטער, און איך בין בײַגעקומען; דערום האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען נַפֿתָּלי.
9 און לאה האָט געזען אַז זי האָט אױפֿגעהערט געבערן, האָט זי גענומען איר דינסט זִלפָּהן, און זי געגעבן יעקבֿן פֿאַר אַ װײַב. 10 און זִלפָּה, לאהס דינסט, האָט יעקבֿן געבאָרן אַ זון. 11 האָט לאה געזאָגט: מזל איז געקומען; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען גָד. 12 און זִלפָּה, לאהס דינסט, האָט יעקבֿן געבאָרן אַ צװײטן זון. 13 האָט לאה געזאָגט: אױף מײַן גליק! װאָרעם די טעכטער װעלן מיך שאַצן גליקלעך; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען אָשֵר.
14 און ראובֿן איז געגאַנגען אין די טעג פֿון װײצשניט, און האָט געפֿונען ליבעפּעלעך אין פֿעלד, און האָט זײ געבראַכט צו זײַן מוטער לאהן. האָט רחל געזאָגט צו לאהן: גיב מיר, איך בעט דיך, פֿון דײַן זונס ליבעפּעלעך. 15 האָט זי געזאָגט צו איר: װינציק װאָס דו האָסט צוגענומען מײַן מאַן, װילסטו נאָך צונעמען מײַן זונס ליבעפּעלעך? האָט רחל געזאָגט: דערפֿאַר זאָל ער ליגן מיט דיר הײַנטיקע נאַכט, פֿאַר די ליבעפּעלעך פֿון דײַן זון.
16 און װי יעקבֿ איז געקומען פֿון פֿעלד אין אָװנט, אַזױ איז לאה אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: צו מיר מוזטו קומען, װאָרעם אָפּדינגען האָב איך דיך אָפּגעדונגען פֿאַר די ליבעפּעלעך פֿון מײַן זון. און ער איז מיט איר געלעגן אין יענער נאַכט. 17 און אלֹקים האָט צוגעהערט צו לאהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבֿן געבאָרן אַ פֿינפֿטן זון. 18 און לאה האָט געזאָגט: אלֹקים האָט געגעבן מײַן שׂכר פֿאַר װאָס איך האָב געגעבן מײַן דינסט צו מײַן מאַן; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען יִשׂשָׂכָר. 19 און לאה איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבֿן געבאָרן אַ זעקסטן זון. 20 און לאה האָט געזאָגט: האלֹקים האָט מיך באַשאָנקען מיט אַ גוטן געשאַנק; דאָס מאָל װעט מײַן מאַן װױנען מיט מיר, װײַל איך האָב אים געבאָרן זעקס זין; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען זבֿולון. 21 און דערנאָך האָט זי געבאָרן אַ טאָכטער, און זי האָט גערופֿן איר נאָמען דינה.
22 און אלֹקים האָט געדאַכט אָן רחלען, און ה׳ האָט צוגעהערט צו איר, און האָט געעפֿנט איר טראַכט. 23 און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט געזאָגט: אלֹקים האָט אָפּגעטאָן מײַן חרפּה. 24 און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען יוֹסף, אַזױ צו זאָגן: ה׳ זאָל מיר צוגעבן נאָך אַן אַנדער זון.
25 און עס איז געװען, אַז רחל האָט געבאָרן יוֹספֿן, האָט יעקבֿ געזאָגט צו לָבָֿנען: לאָז מיך אַװעק, און איך װעל גײן צו מײַן אָרט און צו מײַן לאַנד. 26 גיב מיר מײַנע װײַבער און מײַנע קינדער, װאָס איך האָב דיר פֿאַר זײ געדינט, און איך װעל גײן; װאָרעם דו װײסט מײַן דינסט װאָס איך האָב דיר געדינט.
27 האָט לָבָֿן צו אים געזאָגט: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן – איך האָב געמערקט אַז ה׳ האָט מיך געבענטשט פֿון דײַנעטװעגן. 28 און ער האָט געזאָגט: זאָג מיר דײַן לױן, און איך װעל געבן.
29 האָט ער צו אים געזאָגט: דו װײסט װי איך האָב דיר געדינט, און װאָס דײַן פֿיך איז געװאָרן אונטער מיר; 30 װאָרעם װינציק װאָס האָסטו געהאַט פֿאַר מיר, און עס האָט זיך פֿאַרמערט לרובֿ, און ה׳ האָט דיך געבענטשט אין מײַנע טריט. און אַצונד, װען װעל איך אױך טאָן פֿאַר מײַן הױזגעזינט?
31 האָט ער געזאָגט: װאָס זאָל איך דיר געבן? האָט יעקבֿ געזאָגט: זאָלסט מיר גאָרנישט געבן; אױב דו װעסט מיר טאָן די דאָזיקע זאַך, װעל איך װידער פֿיטערן דײַנע שאָף, און היטן: 32 איך װעל דורכגײן הײַנט דורך אַלע דײַנע שאָף, אָפּצוטאָן פֿון דאָרטן איטלעך געשפּרענקלט און געפֿלעקט לאַם, און איטלעך טונקל לאַם צװישן די שעפּסן, און געפֿלעקט און געשפּרענקלט צװישן די ציגן; און אַזױנס זאָל זײַן מײַן לױן. 33 און עדות זאָגן װעט אױף מיר מײַן ערלעכקײט פֿאַר דיר, אין אַ שפּעטערדיקן טאָג, אַז דו װעסט קומען איבערקוקן מײַן לױן: איטלעכס װאָס איז נישט געשפּרענקלט און געפֿלעקט צװישן די ציגן און טונקל צװישן די שעפּסן, איז דאָס אַ געגנבעטס בײַ מיר.
34 האָט לָבָֿן געזאָגט: יאָ, זאָל זײַן אַזױ װי דײַן װאָרט. 35 און ער האָט אָפּגעטאָן אין יענעם טאָג די געשטרײַפֿטע און געפֿלעקטע בעק, און אַלע געשפּרענקלטע און געפֿלעקטע ציגן, איטלעכס װאָס האָט אױף זיך װײַס, און איטלעך טונקלס צװישן די שעפּסן, און ער האָט זײ איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון זײַנע זין. 36 און ער האָט געמאַכט דרײַ טעג װעגס צװישן זיך און צװישן יעקבֿן. און יעקבֿ האָט געפֿיטערט לָבָֿנס איבעריקע שאָף.
37 האָט יעקבֿ זיך גענומען פֿײַכטע שטעקלעך פֿון טאָפּאָליע, און מאַנדלבױם, און קאַשטאַן, און ער האָט אױסגעשײלט אױף זײ װײַסע אױסשײלונגען, אָפּדעקנדיק דאָס װײַסע װאָס אױף די שטעקלעך. 38 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט די שטעקלעך װאָס ער האָט אַרומגעשײלט, אין די קאָריטעס, אין די װאַסעררינעס װוּ די שאָף קומען טרינקען, אַקעגן די שאָף; און זײ האָבן זיך געפּאָרט אַז זײ זײַנען געקומען טרינקען. 39 און די שאָף האָבן זיך געפּאָרט פֿאַר די שטעקלעך, און די שאָף האָבן געבאָרן געשטרײַפֿטע, געשפּרענקלטע, און געפֿלעקטע. 40 און די לעמער האָט יעקבֿ אָפּגעשײדט – און ער האָט צוגעקערט די פּנימער פֿון די שאָף אין לָבָֿנס שאָף צו די געשטרײַפֿטע און אַלע טונקעלע – און האָט זיך געמאַכט סטאַדעס באַזונדער, און האָט זײ נישט געשטעלט מיט לָבָֿנס שאָף. 41 און עס איז געװען, װען נאָר די שטאַרקע שאָף האָבן זיך געפּאָרט, אַזױ פֿלעגט יעקבֿ אַרײַנטאָן די שטעקלעך פֿאַר די אױגן פֿון די שאָף אין די קאָריטעס, כּדי זײ זאָלן זיך פּאָרן בײַ די שטעקלעך; 42 אָבער אַז די שאָף זײַנען געװען שװאַכע, פֿלעגט ער נישט אַרײַנטאָן; אַזױ פֿלעגן די שװאַכע אָנקומען לָבָֿנען, און די שטאַרקע יעקבֿן. 43 און דער מאַן איז געװאָרן זײער זײער רײַך, און ער האָט געהאַט פֿיל שאָף, און דינסטן און קנעכט, און קעמלען און אײזלען.