1 און עס איז געװען צום סוף פֿון צװײ יאָר צײַט, האָט זיך פַּרעהן געחלומט, ערשט ער שטײט בײַם טײַך. 2 און אָט גײען אַרױף פֿון טײַך זיבן קי, שײן אױפֿן אױסזען און פֿעט אױפֿן לײַב; און זײ האָבן זיך געפֿיטערט אין דעם טײַכגראָז. 3 און אָט גײען אַרױף נאָך זײ פֿון טײַך זיבן אַנדערע קי, מיאוס אױפֿן אױסזען, און מאָגער אױפֿן לײַב; און זײ האָבן זיך געשטעלט לעבן יענע קי בײַם ברעג טײַך. 4 און די מיאוסע אױפֿן אױסזען און מאָגערלײַביקע קי האָבן אױפֿגעגעסן די זיבן שײנע אױפֿן אױסזען און פֿעטע קי. און פַּרעה האָט זיך אױפֿגעכאַפּט. 5 און ער איז אײַנגעשלאָפֿן, און אים האָט זיך געחלומט אַ צװײט מאָל, ערשט זיבן זאַנגען גײען-אױף אױף אײן שטענגל געזונטע און גוטע. 6 און אָט שפּראָצן אַרױס נאָך זײ זיבן זאַנגען דינע און פֿאַרברענטע פֿון מזרח-װינט. 7 און די דינע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען די זיבן געזונטע און פֿולע זאַנגען. און פַּרעה האָט זיך אױפֿגעכאַפּט, ערשט עס איז אַ חלום.
8 און עס איז געװען אין דער פֿרי, איז זײַן גײַסט געװען צערודערט, און ער האָט געשיקט און גערופֿן אַלע חַרטומים פֿון מִצרַיִם, און אַלע אירע חכמים; און פַּרעה האָט זײ דערצײלט זײַנע חלומות, אָבער קײנער האָט זײ נישט געקענט פּותר זײַן פֿאַר פַּרעהן.
9 האָט דער אײבערטראַנקמײַסטער גערעדט צו פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: מײַנע זינד מוז איך הײַנט דערמאָנען. 10 פַּרעה האָט געצערנט אױף זײַנע קנעכט, און האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין דער װאַך פֿון דעם אײבערלײַבװעכטערס הױז, מיך און דעם אײבערבעקער. 11 האָט זיך אונדז געחלומט אַ חלום אין אײן נאַכט, מיר און אים; איטלעכן לױט דעם פּיתרון פֿון זײַן חלום האָט זיך אונדז געחלומט. 12 און דאָרטן איז מיט אונדז געװען אַ יונג, אײן עִבֿרי, אַ קנעכט פֿון דעם אײבערלײַבװעכטער, האָבן מיר אים דערצײלט, און ער האָט אונדז פּותר געװען אונדזערע חלומות; איטלעכן לױט זײַן חלום האָט ער פּותר געװען. 13 און עס איז געװען, אַזױ װי ער האָט אונדז פּותר געװען, אַזױ איז געשען: מיך האָט מען אומגעקערט אױף מײַן שטאַנד, און אים האָט מען אױפֿגעהאַנגען.
14 האָט פַּרעה געשיקט און גערופֿן יוֹספֿן, און מע האָט אים אױף גיך אַרױסגענומען פֿון תּפֿיסה. און ער האָט זיך אָפּגעגאָלט, און האָט איבערגעביטן זײַנע קלײדער, און איז געקומען צו פַּרעהן. 15 האָט פַּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן: מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום, און נישטאָ װער זאָל אים פּותר זײַן; און איך האָב געהערט זאָגן אױף דיר, אַז דו פֿאַרשטײסט אַ חלום, אים פּותר צו זײַן.
16 האָט יוֹסף געענטפֿערט פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: נישט איך, אלֹקים װעט באַשײדן דעם פֿריד פֿון פַּרעהן.
17 האָט פַּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן: מיר חלומט זיך, ערשט איך שטײ בײַם ברעג טײַך. 18 און אָט גײען אַרױף פֿון טײַך זיבן קי, פֿעט אױפֿן לײַב און שײן אױפֿן געשטאַלט; און זײ האָבן זיך געפֿיטערט אין גראָז. 19 און אָט גײען אַרױף נאָך זײ זיבן אַנדערע קי, אָרעם און זײער מיאוס אױפֿן געשטאַלט און דאַר אױפֿן לײַב, װאָס אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם האָב איך נישט געזען זײער גלײַכן אין מיאוסקײט. 20 און די דאַרע און מיאוסע קי האָבן אױפֿגעגעסן די ערשטע זיבן פֿעטע קי.
21 און זײ זײַנען אַרײַן אין זײ, און עס איז נישט געװען קענטיק אַז זײ זײַנען אין זײ אַרײַן, און זײער אױסזען איז געװען אַזױ מיאוס װי אין אָנהײב. און איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט. 22 און איך האָב געזען אין מײַן חלום, ערשט זיבן זאַנגען גײען-אױף אױף אײן שטענגל, פֿולע און גוטע. 23 און אָט שפּראָצן אַרױס נאָך זײ זיבן זאַנגען אײַנגעטריקנטע, דינע, פֿאַרברענטע פֿון מזרח-װינט. 24 און די דינע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען די זיבן גוטע זאַנגען. האָב איך דערצײלט די חַרטומים, אָבער קײנער קען מיר נישט זאָגן.
25 האָט יוֹסף געזאָגט צו פַּרעהן: דער חלום פֿון פַּרעהן איז אײנער; װאָס האלֹקים װיל טאָן האָט ער אָנגעזאָגט פַּרעהן. 26 די זיבן גוטע קי דאָס זײַנען זיבן יאָר, און די זיבן גוטע זאַנגען דאָס זײַנען זיבן יאָר; אֶחָד חלום איז דאָס. 27 און די זיבן דאַרע און מיאוסע קי, װאָס זײַנען אַרױפֿגעקומען נאָך זײ, דאָס זײַנען זיבן יאָר; און די זיבן לײדיקע זאַנגען פֿאַרברענט פֿון מזרח-װינט, דאָס װעלן זײַן זיבן הונגעריאָרן. 28 דאָס איז די זאַך װאָס איך האָב געזאָגט פַּרעהן: װאָס האלֹקים װיל טאָן האָט ער באַװיזן פַּרעהן. 29 זע, עס קומען זיבן יאָר פֿון גרױס זעט אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 30 און נאָך זײ װעלן אױפֿשטײן זיבן הונגעריאָרן, און די גאַנצע זעט װעט זײַן פֿאַרגעסן אין לאַנד מִצרַיִם; און דער הונגער װעט פֿאַרלענדן דאָס לאַנד. 31 און פֿון דער זעט װעט נישט זײַן צו מערקן אין לאַנד, פֿון װעגן יענעם הונגער װאָס נאָכדעם; װאָרעם ער װעט זײַן זײער שװער. 32 און װאָס דער חלום האָט זיך איבערגעחזרט אַ צװײט מאָל צו פַּרעהן: װײַל די זאַך איז פֿעסט פֿון האלֹקים, און האלֹקים אײַלט דאָס צו טאָן. 33 און אַצונד, זאָל פַּרעה זען אַ פֿאַרשטאַנדיקן און אַ קלוגן מאַן, און אים שטעלן איבערן לאַנד מִצרַיִם. 34 זאָל פַּרעה דאָס טאָן, און זאָל ער אױפֿזעצן אױפֿזעער איבערן לאַנד, און באַװאָרענען דאָס לאַנד מִצרַיִם אין די זיבן זאַטע יאָרן. 35 און זאָל מען אױפֿזאַמלען די גאַנצע שפּײַז פֿון די דאָזיקע גוטע יאָרן װאָס קומען, און זאָל מען אָנקלײַבן תּבֿואה אונטער דער האַנט פֿון פַּרעהן, פֿאַר שפּײַז אין די שטעט, און היטן. 36 און די שפּײַז װעט זײַן אַװעקגעלײגט פֿאַרן לאַנד, אױף די זיבן הונגעריאָרן װאָס װעלן זײַן אין לאַנד מִצרַיִם, און דאָס לאַנד װעט נישט פֿאַרשניטן װערן פֿון הונגער.
37 און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון אַלע זײַנע קנעכט. 38 און פַּרעה האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: קענען מיר דען געפֿינען אַזאַ װי דער דאָזיקער, אַ מאַן װאָס דער גײַסט פֿון אלֹקים איז אין אים? 39 און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: נאָכדעם װי אלֹקים האָט דיך געלאָזט װיסן דאָס אַלץ, איז נישטאָ אַ פֿאַרשטאַנדיקער און אַ קלוגער אַזױ װי דו. 40 דו װעסט זײַן איבער מײַן הױז, און לױט דײַן מױל זאָל געװירטשאַפֿט װערן מײַן גאַנץ פֿאָלק; נאָר מיטן טראָן װעל איך זײַן גרעסער פֿון דיר. 41 און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: זע, איך האָב דיך אױפֿגעזעצט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 42 און פַּרעה האָט אַראָפּגענומען זײַן זיגלרינג פֿון זײַן האַנט, און האָט אים אָנגעטאָן אױף דער האַנט פֿון יוֹספֿן, און ער האָט אים אָנגעקלײדט אין לײַנענע בגדים, און אים אָנגעטאָן אַ גילדערנע קײט אױפֿן האַלדז. 43 און ער האָט אים געמאַכט פֿאָרן אין זײַן צװײטן רײַטװאָגן; און מע האָט אױסגערופֿן פֿאַר אים: אבֿרך! און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
44 און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: איך בין פַּרעה, אָבער אָן דיר זאָל קײנער נישט אױפֿהײבן אַ האַנט אָדער אַ פֿוס אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 45 און פַּרעה האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יוֹספֿן, צָפֿנַת-פַּעְנֵחַ; און ער האָט אים געגעבן אָסנַת די טאָכטער פֿון פּוֹטי-פֿרַע, דעם פּריסטער פֿון אוֹן, פֿאַר אַ װײַב. און יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען איבערן לאַנד מִצרַיִם. – 46 און יוֹסף איז געװען דרײַסיק יאָר אַלט, װען ער האָט זיך געשטעלט פֿאַר פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם. – און יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר פַּרעהן, און איז דורכגעגאַנגען דורכן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
47 און דאָס לאַנד האָט געבראַכט אין די זיבן זאַטע יאָרן הױפֿנסװײַז. 48 און ער האָט אױפֿגעזאַמלט די גאַנצע שפּײַז פֿון די זיבן יאָר װאָס זײַנען געװען אין לאַנד מִצרַיִם, און האָט אַרײַנגעטאָן די שפּײַז אין די שטעט; די שפּײַז פֿון די פֿעלדער פֿון אַ שטאָט װאָס אַרום איר, האָט ער אַרײַנגעטאָן אין איר. 49 און יוֹסף האָט אָנגעקליבן תּבֿואה אַזױ װי זאַמד פֿון ים, זײער פֿיל, ביז מע האָט אױפֿגעהערט צו צײלן, װײַל עס איז געװען אָן אַ צאָל.
50 און בײַ יוֹספֿן זײַנען געבאָרן געװאָרן, אײדער דאָס הונגעריאָר איז געקומען, צװײ זין, װאָס אָסנַת די טאָכטער פֿון פּוֹטי-פֿרַע דעם פּריסטער פֿון אוֹן האָט אים געבאָרן. 51 און יוֹסף האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם בכוֹר מנַשֶה, װײַל: אלֹקים האָט מיך געמאַכט פֿאַרגעסן מײַן גאַנצע יסורים, און דאָס גאַנצע הױז פֿון מײַן פֿאָטער. 52 און דעם נאָמען פֿון דעם צװײטן האָט ער גערופֿן אפֿרים, װײַל: אלֹקים האָט מיך געפֿרוכפּערט אין דעם לאַנד פֿון מײַן פּײַן.
53 און עס האָבן זיך געענדיקט די זיבן יאָר פֿון דער זעט װאָס איז געװען אין לאַנד מִצרַיִם. 54 און עס האָבן אָנגעהױבן קומען די זיבן הונגעריאָרן, אַזױ װי יוֹסף האָט פֿאַרױסגעזאָגט. און עס איז געװען אַ הונגער אין אַלע לענדער, נאָר אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם איז געװען ברױט.
55 און אַז דאָס גאַנצע לאַנד מִצרַיִם האָט אָנגעהױבן הונגערן, און דאָס פֿאָלק האָט געשריען צו פַּרעהן אום ברױט, האָט פַּרעה געזאָגט צו גאַנץ מִצרַיִם: גײט צו יוֹספֿן; װאָס ער װעט אײַך זאָגן, זאָלט איר טאָן. 56 און דער הונגער איז געװען איבערן גאַנצן לאַנד; און יוֹסף האָט געעפֿנט אַלע שפּײַכלערס, און האָט פֿאַרקױפֿט צו מִצרַיִם; און דער הונגער האָט זיך געשטאַרקט אין לאַנד מִצרַיִם. 57 און פֿון דער גאַנצער ערד איז מען געקומען קײן מִצרַיִם צו יוֹספֿן קױפֿן תּבֿואה, װאָרעם דער הונגער איז געװען שטאַרק אױף דער גאַנצער ערד.