1 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון נֹחס קינדער: שֵם, חָם, און יֶפֶֿת; און בײַ זײ זײַנען געבאָרן געװאָרן זין נאָכן מבול.
2 די זין פֿון יֶפֶֿתן זײַנען געװען: גוֹמֶר, און מָגוֹג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובַֿל, און מֶשֶך, און תּירָס. 3 און די זין פֿון גוֹמֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה. 4 און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרְשִיש, כִּתּים, און דודָנים. 5 פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿונאַנדערגעשײדט די אינדזלען פֿון די פֿעלקער אין זײערע לענדער, איטלעכער לױט זײַן לשון, לױט זײערע משפּחות, אין זײערע פֿעלקער.
6 און די זין פֿון חָמען זײַנען געװען: כּוּש, און מִצרַיִם, און פּוּט, און כּנַעַן. 7 און די זין פֿון כּוּשן: סבֿאָ, און חַוִילָה, און סַבֿתּאָ, און רַעְמָה, און סַבֿתּכאָ. און די זין פֿון רַעְמָהן: שבֿאָ און דדָן. 8 און כּוּש האָט געבאָרן נִמרוֹדן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד. 9 ער איז געװען אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר ה׳; דערום װערט געזאָגט: אַזױ װי נִמרוֹד, אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר ה׳. 10 און דער אָנהײב פֿון זײַן קיניגרײַך איז געװען בָבֿל, און אֶרֶך, און אַכַּד, און כַּלנֵה, אין לאַנד שִנעָר. 11 פֿון יענעם לאַנד איז ער אַרױסגעגאַנגען קײן אשור, און האָט געבױט נינוֵה, און רחוֹבֿוֹת-עיר, און כֶּלַח, 12 און רֶסֶן, צװישן נינוֵה און צװישן כֶּלַח, דאָס איז די גרױסע שטאָט. 13 און מִצרַיִם האָט געבאָרן לודים, און עַנָמים, און להָבֿים, און נַפֿתּוחים, 14 און פַּתרוסים, און כַּסלוחים – פֿון װאַנען די פּלִשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און כַּפֿתּוֹרים.
15 און כּנַעַן האָט געבאָרן צידון זײַן בכוֹר, און חֵתן, 16 און דעם יבֿוסי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם גִרגָשי, 17 און דעם חִוִי, און דעם עַרקי, און דעם סיני, 18 און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חַמָתי; און דערנאָך האָבן זיך צעשפּרײט די משפּחות פֿון דעם כּנַעֲני. 19 און דער געמאַרק פֿון דעם כּנַעֲני איז געװען פֿון צידון, װי דו גײסט קײן גרָר, ביז עַזָה; װי דו גײסט קײן סדוֹם, און עַמוֹרָה, און אַדמָה, און צבֿוֹיִים, ביז לֶשַע. 20 דאָס זײַנען די קינדער פֿון חָם לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, אין זײערע פֿעלקער.
21 און בײַ שֵם, דעם פֿאָטער פֿון אַלע קינדער פֿון עֵבֶֿר, דעם עלטערן ברודער פֿון יֶפֶֿתן, אױך בײַ אים זײַנען געבאָרן געװאָרן קינדער. 22 די זין פֿון שֵמען זײַנען געװען: עֵילָם, און אשור, און אַרפַּכשַד, און לוד, און אַרָם. 23 און די זין פֿון אַרָמען: עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מַש. 24 און אַרפַּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֶֿרן. 25 און בײַ עֵבֶֿרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן. 26 און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמוֹדָדן, און שֶלֶפֿן, און חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן, 27 און הַדוֹרָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן, 28 און עובָֿלן, און אַבֿימָאֵלן, און שבֿאָן, 29 און אוֹפֿירן, און חַוִילָהן, און יוֹבֿבֿן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין. 30 און זײער װױנאָרט איז געװען פֿון מֵשאָ, װי דו קומסט קײן ספֿר, ביזן באַרג פֿון מזרח. 31 דאָס זײַנען די זין פֿון שֵמען לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, לױט זײערע פֿעלקער.
32 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נֹחס זין לױט זײערע געבורטן, אין זײערע פֿעלקער; און פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿונאַנדערגעשײדט די פֿעלקער אױף דער ערד נאָכן מבול.