Publicidade

Gênesis 14

1 און עס איז געװען אין די טעג פֿון אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר, כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גוֹיִם, 2 האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה מיט ברַע דעם מלך פֿון סדוֹם, און מיט ברשַע דעם מלך פֿון עַמוֹרָה, שִנאָב דעם מלך פֿון אַדמָה, און שֶמאבֿר דעם מלך פֿון צבֿוֹיִים, און דעם מלך פֿון בֶלַע, דאָס איז צוֹעַר. 3 די אַלע האָבן זיך פֿאַראײניקט אין טאָל שִׂדים, דאָס איז דער יַם-הַמֶלַח. 4 צװעלף יאָר האָבן זײ געדינט כּדָרלעומֶרן, און אױפֿן דרײַצנטן יאָר האָבן זײ װידערשפּעניקט. 5 און אױפֿן פֿערצנטן יאָר איז געקומען כּדָרלעומֶר און די מלכים װאָס מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן די רפֿאים אין עַשתּרות-קַרנַיִם, און די זוזים אין הָם, און די אֵימים אין שָוֵה-קִריָתַיִם, 6 און די חוֹרים אױף זײער באַרג שֵׂעִיר, ביז אֵיל-פּאָרָן װאָס בײַם מדבר. 7 און זײ האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען קײן עֵין-מִשפָּט, דאָס איז קָדֵש, און האָבן געשלאָגן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון עַמָלֵק, און אױך דעם אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חַצְצוֹן-תָּמָר. 8 איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון סדוֹם, און דער מלך פֿון עַמוֹרָה, און דער מלך פֿון אַדמָה, און דער מלך פֿון צבֿוֹיִים, און דער מלך פֿון בֶלַע, דאָס איז צוֹעַר, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה מיט זײ אין טאָל שִׂדים – 9 מיט כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גוֹיִם, און אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, און אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר; די פֿיר מלכים אַקעגן די פֿינף. 10 און דער טאָל שִׂדים איז געװען גריבער אױף גריבער מיט פּעך, און װי די מלכים פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אַהין אַרײַנגעפֿאַלן; און די איבערגעבליבענע זײַנען אַנטלאָפֿן צום באַרג. 11 און יענע האָבן צוגענומען דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה, און דאָס גאַנצע עסנװאַרג זײערס, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 12 און זײ האָבן צוגענומען לוֹט, דעם זון פֿון אַבֿרמס ברודער, װאָס איז געזעסן אין סדוֹם, און זײַן פֿאַרמעג, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 13 איז געקומען אַן אַנטרונענער, און האָט אָנגעזאָגט אַבֿרם דעם עִבֿרי; און ער האָט געװױנט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא דעם אֶמוֹרי, דעם ברודער פֿון אֶשכּוֹלן, און דעם ברודער פֿון עָנֵרן; און זײ זײַנען געװען בונדסלײַט פֿון אַבֿרמען. 14 און װי אַבֿרם האָט געהערט אַז זײַן אײגענער איז געפֿאַנגען געװאָרן, אַזױ האָט ער אַרױסגעפֿירט זײַנע אײַנגעלערנטע, געבאָרענע אין זײַן הױז, דרײַ הונדערט און אַכצן, און ער האָט נאָכגעיאָגט ביז דָן. 15 און ער האָט זיך צעטײלט אַקעגן זײ בײַ נאַכט, ער און זײַנע קנעכט, און ער האָט זײ געשלאָגן און זײ נאָכגעיאָגט ביז חובֿה װאָס לינקס פֿון דַמֶשֶׂק. 16 און ער האָט צוריקגעבראַכט דעם גאַנצן פֿאַרמעג, און אױך לוֹט זײַן אײגענעם און זײַן פֿאַרמעג האָט ער צוריקגעבראַכט, און אױך די װײַבער, און דאָס פֿאָלק.

17 איז דער מלך פֿון סדוֹם אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, נאָכדעם װי ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן כּדָרלעומֶרן, און די מלכים װאָס מיט אים, אין טאָל שָוֵה, דאָס איז דעם מלכס טאָל. 18 און מַלכּי-צֶדֶק דער מלך פֿון שָלֵם האָט אַרױסגעטראָגן ברױט און װײַן; און ער איז געװען אַ כּהן צו אֵל עליון. 19 און ער האָט אים געבענטשט, און האָט געזאָגט:

געבענטשט זאָל זײַן אַבֿרם פֿון אֵל עליון,

דעם פֿאַרמאָגער פֿון הימל און ערד.

20 און געבענטשט זאָל זײַן אֵל עליון

װאָס האָט איבערגעענטפֿערט דײַנע פֿײַנט אין דײַן האַנט.

– און ער האָט אים געגעבן מעשׂר פֿון אַלצדינג.

21 און דער מלך פֿון סדוֹם האָט געזאָגט צו אַבֿרמען: גיב מיר די נפֿשות, און דעם פֿאַרמעג נעם דיר. 22 האָט אַבֿרם געזאָגט צו דעם מלך פֿון סדוֹם: איך הײב אױף מײַן האַנט צו ה׳ אֵל עליון, דעם פֿאַרמאָגער פֿון הימל און ערד, 23 אױב אַ פֿאָדעם אָדער אַ שוכבענדל! אָדער אױב איך װעל נעמען פֿון עפּעס װאָס איז דײַנס! כּדי זאָלסט נישט זאָגן: איך האָב רײַך געמאַכט אַבֿרמען. 24 נישט מיר! נאָר װאָס די יונגען האָבן געגעסן, און דעם חלק פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט מיר, עָנֵר, אֶשכּוֹל, און מַמרֵא; זײ מעגן נעמען זײער חלק.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-