1 און אַבֿרם איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, ער און זײַן װײַב, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, און לוֹט מיט אים, קײן דָרום. 2 און אַבֿרם איז געװען זײער רײַך אין פֿיך, אין זילבער, און אין גאָלד. 3 און ער איז געגאַנגען אױף זײַנע רײַזען, פֿון דָרום און ביז בֵית-אֵל, ביז דעם אָרט װאָס זײַן געצעלט איז דאָרטן געװען אין אָנהײב, צװישן בֵית-אֵל און צװישן עַי, 4 צו דעם אָרט פֿון דעם מזבח װאָס ער האָט דאָרטן געמאַכט צוערשט; און װאָס אַבֿרם האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳.
5 און אױך בײַ לוֹטן, װאָס איז געגאַנגען מיט אַבֿרמען, זײַנען געװען שאָף און רינדער און געצעלטן. 6 און דאָס לאַנד האָט זײ נישט געקענט טראָגן, צו װױנען בײַנאַנד; װײַל זײער פֿאַרמעג איז געװען גרױס, און זײ האָבן נישט געקענט װױנען בײַנאַנד. 7 און עס איז געװען אַ קריגערײַ צװישן די פּאַסטוכער פֿון אַבֿרמס פֿיך און צװישן די פּאַסטוכער פֿון לוֹטס פֿיך. און דער כּנַעֲני און דער פּרִזי זײַנען דענצמאָל געזעסן אין לאַנד. 8 האָט אַבֿרם געזאָגט צו לוֹטן: זאָל, איך בעט דיך, נישט זײַן קײן קריג צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַנע פּאַסטוכער און צװישן דײַנע פּאַסטוכער; װאָרעם מיר זײַנען אײגענע מענטשן. 9 דאָס גאַנצע לאַנד ליגט דאָך פֿאַר דיר; שײד זיך אָפּ פֿון מיר, איך בעט דיך, ענטװעדער אױף לינקס, און איך װעל זיך נעמען רעכטס, אָדער אױף רעכטס, און איך װעל זיך נעמען לינקס.
10 האָט לוֹט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען די גאַנצע געגנט פֿון יַרדן, אַז זי איז אין גאַנצן באַװאַסערט – דאָס איז געװען אײדער ה׳ האָט צעשטערט סדוֹם און עַמוֹרָה – אַזױ װי דער גאָרטן פֿון ה׳, אַזױ װי דאָס לאַנד מִצרַיִם, ביז דו קומסט קײן צוֹעַר. 11 און לוֹט האָט אױסגעקליבן פֿאַר זיך די גאַנצע געגנט פֿון יַרדן; און לוֹט האָט אַװעקגעצױגן קײן מזרח, און זײ האָבן זיך אָפּגעשײדט אײנער פֿון אַנדערן. 12 אַבֿרם האָט זיך באַזעצט אין לאַנד כּנַעַן, און לוֹט האָט זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון דער יַרדן געגנט; און ער האָט געהאַט געצעלטן ביז סדוֹם.
13 און די מענטשן פֿון סדוֹם זײַנען געװען זײער שלעכט און זינדיק צו ה׳.
14 און ה׳ האָט געזאָגט צו אַבֿרמען, נאָכדעם װי לוֹט האָט זיך אָפּגעשײדט פֿון אים: הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן, און קוק פֿון דעם אָרט װוּ דו ביסט, קײן צפֿון און קײן דָרום און קײן מזרח און קײן מערבֿ; 15 װאָרעם דאָס גאַנצע לאַנד װאָס דו זעסט, װעל איך געבן צו דיר און צו דײַן זאָמען אױף אײביק. 16 און איך װעל מאַכן דײַן זאָמען אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד, אַז אױב עמיצער װעט קענען צײלן דעם שטױב פֿון דער ערד, װעט אױך דײַן זאָמען געצײלט װערן. 17 שטײ אױף, גײ דורכן לאַנד פֿאַר לענג און פֿאַר ברײט, װאָרעם צו דיר װעל איך עס געבן.
18 און אַבֿרם האָט איבערגעטראָגן זײַן געצעלט, און ער איז געקומען און האָט זיך באַזעצט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא, װאָס אין חֶבֿרוֹן; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳.