Publicidade

Gênesis 9

1 און אלֹקים האָט געבענטשט נֹחן און זײַנע זין, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד. 2 און אײַער מורא און אײַער שרעק זאָל זײַן אױף יעטװעדער חיה פֿון דער ערד, און אױף יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל, אױף אַלץ װאָס די ערד װידמענט, און אױף אַלע פֿישן פֿון ים; אין אײַער האַנט זײַנען זײ איבערגעגעבן. 3 אַלץ װאָס באַװעגט זיך, װאָס לעבט, זאָל זײַן פֿאַר אײַך צום עסן; אַזױ װי גרינע קרײַטעכץ האָב איך אײַך דאָס אַלץ געגעבן. 4 נאָר פֿלײש מיט זײַן לעבן, זײַן בלוט, זאָלט איר נישט עסן. 5 און פֿאַר װאָר, אײַער בלוט, פֿון אײַערע נפֿשות, װעל איך אױפֿמאָנען; פֿון דער האַנט פֿון איטלעכער חיה װעל איך עס אױפֿמאָנען, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן, פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן זײַן ברודער, װעל איך אױפֿמאָנען דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן.

6 דער װאָס פֿאַרגיסט דאָס בלוט פֿון אַ מענטשן,

זאָל דורך אַ מענטשן זײַן בלוט פֿאַרגאָסן װערן;

װאָרעם אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים

האָט ער געמאַכט דעם מענטשן.

7 און איר, פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך; װידמענט אײַך אױף דער ערד, און מערט אײַך אױף איר.

8 און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן און צו זײַנע זין מיט אים, אַזױ צו זאָגן: 9 און איך, זע, איך באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און מיט אײַער זאָמען נאָך אײַך, 10 און מיט יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער חיה פֿון דער ערד מיט אײַך, פֿון די אַלע װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, אַלע לעבעדיקע זאַכן פֿון דער ערד. 11 און איך װעל באַשטעטיקן מײַן ברית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד. 12 און אלֹקים האָט געזאָגט: דאָס איז דער צײכן פֿון דעם ברית װאָס איך מאַך צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, אױף אײביקע דורות: 13 מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון ברית צװישן מיר און צװישן דער ערד. 14 און עס װעט זײַן, װען איך טו װאָלקענען אַ װאָלקן אױף דער ערד, אַזױ װעט זיך באַװײַזן דער בױגן אין דעם װאָלקן, 15 און איך װעל זיך דערמאָנען אָן מײַן ברית װאָס צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער, און דאָס װאַסער װעט מער נישט װערן אַ מבול אומצוברענגען אַלע לײַבער. 16 און דער בױגן װעט זײַן אין דעם װאָלקן, און איך װעל קוקן אױף אים, כּדי זיך צו דערמאָנען אָן דעם אײביקן ברית צװישן אלֹקים און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד. 17 און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן: דאָס איז דער צײכן פֿון דעם ברית װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט צװישן מיר און צװישן אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד.

18 און די זין פֿון נֹחן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, זײַנען געװען שֵם, חָם, און יֶפֶֿת; און חָם, דאָס איז דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן. 19 די דאָזיקע דרײַ זײַנען געװען די זין פֿון נֹחן, און פֿון זײ האָט זיך צעשפּרײט די גאַנצע ערד.

20 און נֹח דער אַקערמאַן האָט גענומען און האָט געפֿלאַנצט אַ װײַנגאָרטן. 21 און ער האָט געטרונקען פֿון דעם װײַן, און איז געװאָרן שיכּור און האָט זיך אָפּגעדעקט אין זײַן געצעלט. 22 האָט חָם דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן געזען די נאַקעטקײט פֿון זײַן פֿאָטער, און האָט דערצײלט זײַנע צװײ ברידער דרױסן. 23 האָבן שֵם און יֶפֶֿת גענומען אַ מאַנטל, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײערע בײדנס אַקסלען, און זײ זײַנען געגאַנגען הינטערװײַלעכץ, און האָבן צוגעדעקט די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער, מיט זײערע פּנימער אַהינטער, און זײ האָבן נישט געזען די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער. 24 און נֹח האָט זיך אױסגעניכטערט פֿון זײַן װײַן, און האָט געמערקט װאָס זײַן ייִנגערער זון האָט אים געטאָן.

25 און ער האָט געזאָגט:

פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן כּנַעַן,

אַ קנעכט פֿון קנעכט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער.

26 און ער האָט געזאָגט:

ברוך ה׳ אלוקי שֵם;

און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ אים.

27 דערברײטערן זאָל אלֹקים יֶפֶֿתן,

און ער זאָל רוען אין די געצעלטן פֿון שֵם;

און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ אים.

28 און נֹח האָט געלעבט נאָכן מבול דרײַ הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר. 29 און אַלע טעג פֿון נֹחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-