Publicidade

Gênesis 45

1 און יוֹסף האָט זיך נישט געקענט אײַנהאַלטן פֿאַר אַלע װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן אים, און ער האָט אױסגערופֿן: פֿירט אַרױס אַלע מענטשן פֿון מיר. און קײן מענטש איז נישט געשטאַנען לעבן אים, װען יוֹסף האָט זיך דערקענט צו זײַנע ברידער. 2 און ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול אין געװײן, און די מִצרַיִם האָבן געהערט; און דאָס הױז פֿון פַּרעהן האָט געהערט דערפֿון.

3 און יוֹסף האָט געזאָגט צו זײַנע ברידער: איך בין יוֹסף; לעבט נאָך מײַן פֿאָטער? און זײַנע ברידער האָבן אים נישט געקענט ענטפֿערן, װאָרעם זײ האָבן זיך דערשראָקן פֿאַר אים.

4 האָט יוֹסף געזאָגט צו זײַנע ברידער: גענענט צו מיר, איך בעט אײַך. האָבן זײ גענענט. און ער האָט געזאָגט: איך בין אײַער ברודער יוֹסף, װאָס איר האָט מיך פֿאַרקױפֿט קײן מִצרַיִם. 5 און אַצונד זאָלט איר אײַך נישט קלעמען, און זאָל נישט פֿאַרדריסן אין אײַערע אױגן, װאָס איר האָט מיך פֿאַרקױפֿט אַהער, װאָרעם צו דערהאַלטן לעבנס האָט מיך אלֹקים געשיקט אײַך פֿאַרױס. 6 װאָרעם שױן צװײ יאָר אַז דער הונגער איז אין לאַנד, און נאָך פֿינף יאָר װעלן זײַן, װאָס עס װעט נישט זײַן קײן אַקער און קײן שניט. 7 און אלֹקים האָט מיך געשיקט אײַך פֿאַרױס, כּדי אײַך צו לאָזן אַן איבערבלײַב אױף דער ערד, און אײַך צו דערהאַלטן בײַם לעבן דורך אַ גרױסער ישועה. 8 און אַצונד, נישט איר האָט מיך אַהער געשיקט, נײַערט האלֹקים; און ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿאָטער צו פַּרעהן, און פֿאַר אַ האַר אױף זײַן גאַנצן הױז, און פֿאַר אַ געװעלטיקער איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 9 אײַלט און גײט אַרױף צו מײַן פֿאָטער, און איר זאָלט זאָגן צו אים: אַזױ האָט געזאָגט דײַן זון יוֹסף: אלֹקים האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער גאַנץ מִצרַיִם; נידער אַראָפּ צו מיר, זאָלסט זיך נישט אױפֿהאַלטן. 10 און װעסט זיצן אין לאַנד גוֹשֶן, און װעסט זײַן נאָנט צו מיר, דו און דײַנע קינדער און דײַנע קינדערס קינדער, און דײַנע שאָף, און דײַנע רינדער, און אַלץ װאָס דו האָסט. 11 און איך װעל דיך דאָרטן אױסהאַלטן; װאָרעם נאָך פֿינף יאָר װעט זײַן דער הונגער; כּדי זאָלסט נישט אומקומען, דו און דײַן הױזגעזינט און אַלץ װאָס דו האָסט. 12 און אָט זעען אײַערע אױגן, און די אױגן פֿון מײַן ברודער בנימינען, אַז מײַן מױל רעדט דאָס צו אײַך. 13 און איר זאָלט דערצײלן מײַן פֿאָטער מײַן גאַנצן כּבֿוד אין מִצרַיִם, און אַלץ װאָס איר האָט געזען, און איר זאָלט אײלן און אַראָפּברענגען מײַן פֿאָטער אַהער.

14 און ער איז געפֿאַלן אױפֿן האַלדז פֿון זײַן ברודער בנימינען, און האָט געװײנט, און בנימין האָט געװײנט אױף זײַן האַלדז. 15 און ער האָט געקושט אַלע זײַנע ברידער, און האָט געװײנט אױף זײ, און דערנאָך האָבן זײַנע ברידער גערעדט מיט אים.

16 און דער קלאַנג איז געהערט געװאָרן אין פַּרעהס הױז, אַזױ צו זאָגן: יוֹספֿס ברידער זײַנען געקומען; און עס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון זײַנע קנעכט.

17 און פַּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן: זאָג צו דײַנע ברידער: טוט אָט-װאָס: לאָדט אָן אײַערע בהמות, און גײט, קומט קײן לאַנד כּנַעַן, 18 און נעמט אײַער פֿאָטער, און אײַערע הױזגעזינטן, און קומט צו מיר, און איך װעל אײַך געבן דאָס בעסטע פֿון לאַנד מִצרַיִם, און עסט דאָס פֿעטס פֿון לאַנד. 19 און דו װערסט באַפֿױלן, טוט אָט-װאָס: נעמט אײַך פֿון לאַנד מִצרַיִם װעגן פֿאַר אײַערע קלײנע קינדער, און פֿאַר אײַערע װײַבער, און איר זאָלט אַרױפֿנעמען אײַער פֿאָטער און קומען. 20 און אײַער אױג זאָל זיך נישט קימערן אום אײַערע זאַכן, װאָרעם דאָס בעסטע פֿון גאַנצן לאַנד מִצרַיִם איז אײַערס.

21 האָבן די זין פֿון יִשׂרָאֵלן אַזױ געטאָן, און יוֹסף האָט זײ געגעבן װעגן, לױט דעם מױל פֿון פַּרעהן, און ער האָט זײ געגעבן שפּײַז אױפֿן װעג. 22 זײ אַלעמען האָט ער געגעבן גאַנגען קלײדער פֿאַר איטלעכן, און בנימינען האָט ער געגעבן דרײַ הונדערט זילבערשטיק, און פֿינף גאַנג קלײדער. 23 און צו זײַן פֿאָטער האָט ער דעס גלײַכן געשיקט צען אײזלען באַלאָדן מיטן בעסטן פֿון מִצרַיִם, און צען אײזעלינס באַלאָדן מיט תּבֿואה און ברױט, און שפּײַז פֿאַר זײַן פֿאָטער אױפֿן װעג. 24 און ער האָט אַװעקגעשיקט זײַנע ברידער, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען; און ער האָט זײ אָנגעזאָגט: איר זאָלט אײַך נישט קריגן אױפֿן װעג.

25 און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, און זײַנען געקומען קײן לאַנד כּנַעַן צו זײער פֿאָטער יעקבֿן. 26 און זײ האָבן אים דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: יוֹסף לעבט נאָך; און אַז ער געװעלטיקט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. איז זײַן האַרץ פֿאַרקילט געװאָרן, װאָרעם ער האָט זײ נישט געגלױבט. 27 האָבן זײ אים דערצײלט אַלע װערטער פֿון יוֹספֿן, װאָס ער האָט צו זײ גערעדט, און ער האָט געזען די װעגן װאָס יוֹסף האָט געשיקט אים צו פֿירן, און דער גײַסט פֿון זײער פֿאָטער יעקבֿן האָט אָפּגעלעבט. 28 און יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט: גענוג! מײַן זון יוֹסף לעבט נאָך; איך װעל גײן און װעל אים זען אײדער איך שטאַרב.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-