Publicidade

Gênesis 35

1 און אלֹקים האָט געזאָגט צו יעקבֿן: שטײ אױף, גײ אַרױף קײן בֵית-אֵל און זיץ דאָרטן, און מאַך דאָרטן אַ מזבח צו דעם אֵל װאָס האָט זיך באַװיזן צו דיר בײַ דײַן אַנטלױפֿן פֿון דײַן ברודער עֵשָׂון.

2 האָט יעקבֿ געזאָגט צו זײַן הױזגעזינט, און צו אַלע װאָס מיט אים: טוט אָפּ די פֿרעמדע ג‑טער װאָס צװישן אײַך, און רײניקט אײַך, און בײַט איבער אײַערע קלײדער. 3 און לאָמיר אױפֿשטײן און אַרױפֿגײן קײן בֵית-אֵל, און איך װעל דאָרטן מאַכן אַ מזבח צו דעם אֵל װאָס האָט מיר געענטפֿערט אין טאָג פֿון מײַן נױט, און איז געװען מיט מיר אױף דעם װעג װאָס איך בין געגאַנגען.

4 האָבן זײ אָפּגעגעבן יעקבֿן אַלע פֿרעמדע ג‑טער װאָס אין זײער האַנט, און די אױרינגען װאָס אין זײערע אױערן; און יעקבֿ האָט זײ באַהאַלטן אונטער דעם אײכנבױם װאָס בײַ שכֶם. 5 און זײ האָבן אַװעקגעצױגן; און אַ שרעק פֿון אלֹקים איז געװען אױף די שטעט װאָס אַרום זײ, און זײ האָבן נישט נאָכגעיאָגט די זין פֿון יעקבֿן.

6 און יעקבֿ איז געקומען קײן לוז װאָס אין לאַנד כּנַעַן – דאָס איז בֵית-אֵל – ער און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים. 7 און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח, און האָט גערופֿן דעם אָרט אֵל-בֵית-אֵל, װאָרעם דאָרטן האָט זיך האלֹקים אַנטפּלעקט צו אים בײַ זײַן אַנטלױפֿן פֿון זײַן ברודער.

8 און דבֿוֹרה, רבקהס נאַם, איז געשטאָרבן, און זי איז באַגראָבן געװאָרן אונטער בֵית-אֵל, אונטער דעם אײכנבױם; און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען אַלוֹן-בכות.

9 און אלֹקים האָט זיך װידער באַװיזן צו יעקבֿן בײַ זײַן קומען פֿון פַּדַן-אַרָם, און ער האָט אים געבענטשט. 10 און אלֹקים האָט צו אים געזאָגט: דײַן נאָמען איז יעקבֿ; זאָל מער נישט גערופֿן װערן דײַן נאָמען יעקבֿ, נײַערט יִשׂרָאֵל זאָל זײַן דײַן נאָמען; און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען יִשׂרָאֵל. 11 און אלֹקים האָט צו אים געזאָגט: איך בין אֵל שַדַי, פֿרוכפּער דיך און מער דיך; אַ פֿאָלק און אַ געזעמל פֿעלקער זאָל װערן פֿון דיר, און מלכים זאָלן אַרױסגײן פֿון דײַנע לענדן. 12 און דאָס לאַנד װאָס איך האָב געגעבן אבֿרהמען און יִצחָקן, דיר װעל איך עס געבן, און דײַן זאָמען נאָך דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד.

13 און אלֹקים האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער אים אין דעם אָרט װוּ ער האָט מיט אים גערעדט. 14 און יעקבֿ האָט אױפֿגעשטעלט אַ זײַל אױף דעם אָרט װוּ ער האָט מיט אים גערעדט, אַ זײַל פֿון שטײן, און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן אױף אים אַ גיסאָפּפֿער, און געגאָסן אױף אים אײל. 15 און יעקבֿ האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט װאָס אלֹקים האָט גערעדט מיט אים דאָרטן, בֵית-אֵל.

16 און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון בֵית-אֵל. און װען עס איז נאָך געװען אַ שטרעק לאַנד צו קומען קײן אֶפֿרָת, איז רחל געגאַנגען צו קינד, און זי האָט געהאַט אַ שװערע געבורט. 17 און עס איז געװען, אין איר שװערער געבורט, האָט די הײבאַם צו איר געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם אױך דאָס איז דיר אַ זון. 18 און עס איז געװען, װען איר נשמה איז אױסגעגאַנגען, בעת זי איז געשטראָבן, האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען בן-אוֹני; אָבער זײַן פֿאָטער האָט אים גערופֿן בנימין.

19 און רחל איז געשטאָרבן, און זי איז באַגראָבן געװאָרן אױפֿן װעג קײן אֶפֿרָת, דאָס איז בֵית-לֶחֶם. 20 און יעקבֿ האָט געשטעלט אַ מצבֿה אױף איר קבֿר; דאָס איז די מצבֿה פֿון רחלס קבֿר ביז אױף הײַנט.

21 און יִשׂרָאֵל האָט אַװעקגעצױגן, און ער האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט פֿון יענער זײַט מִגדַל-עֵדֶר.

22 און עס איז געװען װען יִשׂרָאֵל האָט געװױנט אין יענעם לאַנד, איז געגאַנגען ראובֿן און איז געלעגן מיט בִלהָה, זײַן פֿאָטערס קעפּסװײַב; און יִשׂרָאֵל האָט עס געהערט. און די זין פֿון יעקבֿן זײַנען געװען צװעלף: 23 די זין פֿון לאהן: יעקבֿס בכוֹר ראובֿן, און שמעון, און לֵוִי, און יהוּדה, און יִשׂשָׂכָר, און זבֿולון; 24 די זין פֿון רחלען: יוֹסף און בנימין; 25 און די זין פֿון בִלהָה, רחלס דינסט: דָן און נַפֿתָּלי; 26 און די זין פֿון זִלפָּה, לאהס דינסט: גָד און אָשֵר. דאָס זײַנען די זין פֿון יעקבֿן, װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין פַּדַן-אַרָם.

27 און יעקבֿ איז געקומען צו זײַן פֿאָטער יִצחָקן קײן מַמרֵא, קײן קִריַת-אַרבע – דאָס איז חֶבֿרוֹן – װאָס דאָרטן האָט געװױנט אבֿרהם און יִצחָק.

28 און די טעג פֿון יִצחָקן זײַנען געװען הונדערט יאָר און אַכציק יאָר.

29 און יִצחָק איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן, און ער איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק, אַלט און זאַט מיט טעג. און עֵשָׂו און יעקבֿ זײַנע זין האָבן אים באַגראָבן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-