Publicidade

Gênesis 19

1 און די צװײ מלאָכים זײַנען געקומען קײן סדוֹם אין אָװנט; און לוֹט איז געזעסן אין טױער פֿון סדוֹם. און לוֹט האָט זײ דערזען, און ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט זײ אַנטקעגן, און האָט זיך געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד. 2 און ער האָט צו זײ געזאָגט: זעט, איך בעט אײַך, מײַנע האַרן, קערט אײַן אין הױז פֿון אײַער קנעכט אױף איבער נאַכט, און װאַשט אײַערע פֿיס; און איר װעט זיך פֿעדערן, און װעט גײן אױף אײַער װעג. האָבן זײ געזאָגט: נײן, נײַערט אױף דער גאַס װעלן מיר נעכטיקן. 3 איז ער זײער צוגעשטאַנען צו זײ, און זײ האָבן אײַנגעקערט צו אים, און זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן הױז, און ער האָט פֿאַר זײ געמאַכט אַ מאָלצײַט, און געבאַקן אומגעזײַערטע קוכנס, און זײ האָבן געגעסן.

4 אײדער נאָך זײ האָבן זיך געלײגט, האָבן די מענטשן פֿון שטאָט, די מענטשן פֿון סדוֹם, אַרומגערינגלט דאָס הױז, פֿון יונג ביז אַלט, דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון עק צו עק. 5 און זײ האָבן גערופֿן צו לוֹטן, און האָבן צו אים געזאָגט: װוּ זײַנען די מענער װאָס זײַנען צו דיר געקומען די נאַכט? ברענג זײ אַרױס צו אונדז, מיר זאָלן זײ דערקענען. 6 איז לוֹט אַרױסגעגאַנגען צו זײ אין אײַנגאַנג, און די טיר האָט ער פֿאַרשלאָסן הינטער זיך. 7 און ער האָט געזאָגט: איך בעט אײַך, מײַנע ברידער, טוט נישט קײן שלעכטס. 8 אָט, איך בעט אײַך, זײַנען בײַ מיר צװײ טעכטער װאָס װײסן נישט פֿון קײן מאַן, לאָמיך זײ אַרױסברענגען צו אײַך, און טוט מיט זײ װי עס איז גוט אין אײַערע אױגן, נאָר די דאָזיקע מענער זאָלט איר קײן זאַך נישט טאָן, אַזױ װי זײ זײַנען געקומען אין דעם שאָטן פֿון מײַן דאַך. 9 האָבן זײ געזאָגט: גײ אַװעק! און זײ האָבן געזאָגט: געקומען אײנער װױנען, און משפּטן װיל ער משפּטן! אַצונד װעלן מיר זיך מיט דיר נאָך ערגער באַגײן װי מיט זײ. און זײ זײַנען זײער צוגעשטאַנען צו דעם מאַן, צו לוֹטן, און האָבן גענענט אײַנצוברעכן די טיר. 10 האָבן די מענער אױסגעשטרעקט זײער האַנט, און אַרײַנגעבראַכט לוֹטן צו זיך אין הױז, און די טיר האָבן זײ פֿאַרשלאָסן. 11 און די לײַט װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון הױז האָבן זײ געשלאָגן מיט בלינדקײט פֿון קלײן ביז גרױס, און זײ האָבן נישט געקענט געפֿינען דעם אײַנגאַנג. 12 און די מענער האָבן געזאָגט צו לוֹטן: װעמען נאָך האָסטו דאָ? אַן אײדים אָדער דײַנע זין און דײַנע טעכטער, אָדער װעמען נאָר דו האָסט אין דער שטאָט, פֿיר אַרױס פֿון דעם אָרט; 13 װאָרעם מיר צעשטערן דעם דאָזיקן אָרט, װײַל דאָס געשרײ װעגן זײ איז גרױס פֿאַר ה׳, און ה׳ האָט אונדז געשיקט זי צו צעשטערן.

14 איז לוֹט אַרױסגעגאַנגען, און האָט גערעדט צו זײַנע אײדימס, די װאָס האָבן גענומען זײַנע טעכטער, און ער האָט געזאָגט: שטײט אױף, גײט אַרױס פֿון דעם דאָזיקן אָרט, װאָרעם ה׳ צעשטערט די שטאָט. און ער איז געװען װי אײנער װאָס מאַכט שפּאַס אין די אױגן פֿון זײַנע אײדימס.

15 און װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָבן די מלאָכים געאײַלט לוֹטן, אַזױ צו זאָגן: שטײ אױף, נעם דײַן װײַב, און דײַנע צװײ טעכטער װאָס געפֿינען זיך דאָ, כּדי זאָלסט נישט אומגעבראַכט װערן דורך דער זינד פֿון דער שטאָט. 16 און אַז ער האָט געזאַמט, האָבן די מענער אָנגענומען זײַן האַנט, און די האַנט פֿון זײַן װײַב, און די האַנט פֿון זײַנע צװײ טעכטער; פֿון װעגן ה׳ס באַרעמהאַרציקײט און רחמנות אױף אים. און זײ האָבן אים אַרױסגעפֿירט, און האָבן אים געלאָזט אױסן שטאָט. 17 און עס איז געװען, װי זײ האָבן אים אַרױסגעפֿירט דרױסן, אַזױ האָט ער געזאָגט: אַנטרין מיט דײַן לעבן; זאָלסט זיך נישט אומקוקן הינטער דיר, און זיך נישט אָפּשטעלן אין דער גאַנצער געגנט; אַנטרין צום באַרג, כּדי זאָלסט נישט אומגעבראַכט װערן. 18 האָט לוֹט צו זײ געזאָגט: נישט אַזױ, איך בעט אײַך, מײַנע האַרן. 19 זע, איך בעט דיך, דײַן קנעכט האָט געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, און האָסט געגרײסט דײַן חֶסֶד װאָס דו האָסט געטאָן מיט מיר, צו לאָזן לעבן מײַן נפֿש; אָבער איך קען נישט אַנטרינען צום באַרג, װאָרעם דאָס בײז װעט מיך נאָך אָניאָגן, און איך װעל שטאַרבן. 20 אָן, איך בעט דיך, איז יענע שטאָט, נאָנט אַהין צו אַנטלױפֿן, און זי איז אַ קלײנס; לאָמיך, איך בעט דיך, אַהין אַנטרינען – זי איז דאָך אַ קלײנס – און מײַן נפֿש װעט בלײַבן לעבן. 21 האָט ער צו אים געזאָגט: זע, איך האָב דיך אָנגענומען אױך װעגן דער דאָזיקער זאַך, איך זאָל נישט איבערקערן די שטאָט װאָס דו האָסט געזאָגט. 22 אײַל זיך, אַנטרין אַהין, װאָרעם איך קען נישט טאָן קײן זאַך, ביז דו קומסט אַהין. דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט צוֹעַר.

23 די זון איז געװען אױפֿגעגאַנגען אױף דער ערד, װען לוֹט איז אָנגעקומען קײן צוֹעַר. 24 און ה׳ האָט געמאַכט רעגענען אױף סדוֹם און אױף עַמוֹרָה שװעבל און פֿײַער, פֿון ה׳, פֿון הימל. 25 און ער האָט איבערגעקערט די דאָזיקע שטעט, און די גאַנצע געגנט, און אַלע באַװױנער פֿון די שטעט, און די צמח פֿון דער ערד. 26 און זײַן װײַב האָט זיך אומגעקוקט פֿון הינטער אים, און איז געװאָרן אַ זײַל זאַלץ.

27 און אבֿרהם האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי צו דעם אָרט װאָס ער איז דאָרטן געשטאַנען פֿאַר ה׳. 28 און ער האָט אַראָפּגעקוקט אױף סדוֹם און עַמוֹרָה, און אױף דעם גאַנצן לאַנד פֿון דער געגנט, און ער האָט געזען, ערשט דער רױך פֿון לאַנד גײט אױף אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלכאױװן.

29 אַזױ איז געשען, װען אלֹקים האָט צעשטערט די שטעט פֿון דער געגנט, אַז ה׳ האָט געדענקט אָן אבֿרהמען, און האָט אַרױסגעשיקט לוֹטן פֿון מיטן פֿון דער איבערקערעניש בײַם איבערקערן די שטעט װאָס לוֹט איז אין זײ געזעסן.

30 און לוֹט איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון צוֹעַר, און האָט זיך באַזעצט אױפֿן באַרג, און זײַנע צװײ טעכטער מיט אים; װאָרעם ער האָט מורא געהאַט צו זיצן אין צוֹעַר; און ער איז געזעסן אין אַ הײל, ער און זײַנע צװײ טעכטער. 31 האָט די עלטערע געזאָגט צו דער ייִנגערער: אונדזער פֿאָטער איז אַלט, און קײן מאַן איז נישטאָ אױף דער ערד צו קומען צו אונדז, אַזױ װי דער שטײגער פֿון דער גאַנצער ערד. 32 קום, לאָמיר אָנטרינקען אונדזער פֿאָטער מיט װײַן, און מיר װעלן ליגן מיט אים, און מיר װעלן אױפֿהאַלטן פֿון אונדזער פֿאָטער אַ זאָמען. 33 האָבן זײ אָנגעטרונקען זײער פֿאָטער מיט װײַן אין יענער נאַכט, און די עלטערע איז געקומען און איז געלעגן מיט איר פֿאָטער; און ער האָט נישט געװוּסט פֿון איר לײגן זיך אָדער פֿון איר אױפֿשטײן. 34 און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט די עלטערע געזאָגט צו דער ייִנגערער: זע, נעכטן בין איך געלעגן מיט מײַן פֿאָטער; לאָמיר אים אָנטרינקען מיט װײַן אױך די נאַכט, און קום דו ליג מיט אים, און מיר װעלן אױפֿהאַלטן פֿון אונדזער פֿאָטער אַ זאָמען. 35 האָבן זײ אױך אין יענער נאַכט אָנגעטרונקען זײער פֿאָטער מיט װײַן, און די ייִנגערע איז אױפֿגעשטאַנען און איז געלעגן מיט אים; און ער האָט נישט געװוּסט פֿון איר לײגן זיך אָדער פֿון איר אױפֿשטײן.

36 און בײדע טעכטער פֿון לוֹטן זײַנען טראָגעדיק געװאָרן פֿון זײער פֿאָטער. 37 און די עלטערע האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען מוֹאָבֿ; דאָס איז דער פֿאָטער פֿון דעם הײַנטיקן מוֹאָבֿ. 38 און די ייִנגערע, זי אױך האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען בן-עַמי; דאָס איז דער פֿאָטער פֿון די הײַנטיקע קינדער פֿון עַמוֹן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-