Publicidade

Malaquias 2

1 און אַצונד, צו אײַך איז דער דאָזיקער אָנזאָג, איר כּהנים:

2 אױב איר װעט נישט צוהערן,

און אױב איר װעט נישט אַרײַננעמען אין האַרצן,

צו געבן כּבֿוד צו מײַן נאָמען,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,

װעל איך אָנשיקן אױף אײַך אַ קללה,

און איך װעל פֿאַרשילטן אײַערע גערעטענישן,

יאָ, איך טו זײ פֿאַרשילטן,

װײַל איר נעמט נישט צום האַרצן.

3 זעט, איך װעל אָנשרײַען בײַ אײַך אױף דער זריעה;

און איך װעל צעשיטן מיסט אױף אײַערע פּנימער,

דעם מיסט פֿון אײַערע יוֹם-טובֿ-קָרְבֳנוֹת;

און מע װעט אײַך אַװעקטראָגן מיט אים.

4 און איר װעט װיסן

אַז איך האָב אײַך געשיקט דעם דאָזיקן אָנזאָג,

כּדי מײַן ברית זאָל בלײַבן מיט לֵוִי,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

5 מײַן ברית איז מיט אים געװען אױף לעבן און פֿריד,

און איך האָב זײ אים געגעבן,

אױף מורא, און ער האָט פֿאַר מיר מורא געהאַט,

און פֿאַר מײַן נאָמען האָט ער געאַנגסט.

6 די תּורה פֿון אמת איז געװען אין זײַן מױל,

און קײן אומרעכט האָט זיך נישט געפֿונען אױף זײַנע ליפּן;

אין פֿריד און אין רעכטפֿאַרטיקײט איז ער מיט מיר געגאַנגען,

און פֿיל האָט ער אָפּגעקערט פֿון זינד.

7 װאָרעם די ליפּן פֿון כּהן דאַרפֿן היטן קענשאַפֿט,

און די תּורה דאַרף מען זוכן פֿון זײַן מױל,

װײַל דער שליח פֿון ה׳ צבָֿאוֹת איז ער.

8 אָבער איר האָט זיך אָפּגעקערט פֿון װעג,

איר האָט געמאַכט שטרױכלען פֿיל אין דער תּורה,

איר האָט פֿאַרדאָרבן דעם ברית פֿון לֵוִי,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

9 דערום האָב איך אױך אײַך געמאַכט

ניבֿזה און שָפֿל בײַ דעם גאַנצן פֿאָלק,

װעדליק װי איר היט נישט מײַנע װעגן,

און שאַנעװעט מענטשן אין געזעץ.

10 איז נישט אײן פֿאָטער בײַ אונדז אַלעמען?

האָט אונדז נישט אײן אֵל באַשאַפֿן?

פֿאַר װאָס זאָלן מיר פֿעלשן אײנער אָן אַנדערן,

צו פֿאַרשװעכן דעם ברית פֿון אונדזערע עלטערן?

11 געפֿעלשט האָט יהוּדה,

און אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן

אין יִשׂרָאֵל און אין ירושָלַיִם,

װאָרעם פֿאַרשװעכט האָט יהוּדה

די הײליקײט פֿון ה׳ װאָס ער האָט ליב געהאַט,

און האָט באַמאַנט די טאָכטער פֿון אַ פֿרעמדן ג-ט.

12 ה׳ װעט פֿאַרשנײַדן בײַ דעם מאַן װאָס טוט דאָס,

אַ רופֿער און אַן ענטפֿערער פֿון די געצעלטן פֿון יעקבֿ,

און דעם װאָס ברענגט אַ קָרבָּן צו ה׳ צבָֿאוֹת.

13 און צװײטנס טוט איר אָט װאָס:

איר באַדעקט דעם מזבח פֿון ה׳ מיט טרערן.

מיט געװײן און מיט זיפֿצעניש,

ביז ער קען זיך מער נישט קערן צום קָרבָּן,

און אים אָננעמען מיט באַװיליקונג פֿון אײַער האַנט.

14 און איר זאָגט: פֿאַר װאָס? –

װײַל ה׳ איז עדות

צװישן דיר און דער װײַב פֿון דײַן יוגנט,

װאָס דו האָסט געפֿעלשט אָן איר,

הגם זי איז דײַן חבֿרטע,

און די װײַב פֿון דײַן ברית.

15 און קײן אײנער װעט דאָס נישט טאָן

װאָס האָט אַן איבערבלײַב פֿון גײַסט.

װאָרעם װאָס פֿאַרלאַנגט יעטװעדער אײנער?

אַ זאָמען פֿון אלֹקים.

דערום זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט אין אײַער גײַסט,

און אָן דער װײַב פֿון זײַן יוגנט זאָל מען נישט פֿעלשן.

16 װאָרעם איך האָב פֿײַנט שײדונג,

זאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל,

און דעם װאָס באַדעקט זײַן קלײד מיט אומרעכט,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת;

דערום זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט אין אײַער גײַסט,

אַז איר זאָלט נישט פֿעלשן.

17 איר האָט מיד געמאַכט ה׳ מיט אײַערע רײד,

און איר זאָגט: מיט װאָס האָבן מיר מיד געמאַכט?

מיט אײַער זאָגן: איטלעכער װאָס טוט בײז,

איז גוט אין די אױגן פֿון ה׳,

און זײ װיל ער האָבן;

אָדער, װוּ איז דער אלֹקים פֿון גערעכטיקײט?

Veja também

Publicidade
Malaquias
Ver todos os capítulos de Malaquias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-16_18-40-07-