Publicidade

Rute 3

1 און נָעמי איר שװיגער האָט צו איר געזאָגט: מײַן טאָכטער, זאָל איך דיר נישט אױפֿזוכן אַ מוּחה װאָס זאָל גוט זײַן פֿאַר דיר? 2 און אַצונד, איז נישט בוֹעַז אונדזערער אַ קרובֿ – דער װאָס דו ביסט געװען מיט זײַנע מײדלעך? אָט װינטשופֿלט ער די נאַכט דעם דרעש-שײַער גערשטן. 3 זאָלסטו זיך אַרומװאַשן און באַזאַלבן, און אָנטאָן אױף דיר דײַנע קלײדער, און אַראָפּנידערן צום דרעש-שײַער; זאָלסט זיך נישט לאָזן מערקן פֿון דעם מאַן, ביז ער האָט געענדיקט עסן און טרינקען. 4 און עס װעט זײַן װי ער װעט זיך לײגן, אַזױ זאָלסטו מערקן דעם אָרט װאָס ער װעט זיך דאָרטן לײגן, און זאָלסט צוקומען און אָפּדעקן זײַן צופֿוסן, און זיך אַװעקלײגן; און ער װעט דיר זאָגן װאָס דו זאָלסט טאָן. 5 האָט זי צו איר געזאָגט: אַלץ װאָס דו זאָגסט מיר װעל איך טאָן.

6 און זי האָט אַראָפּגענידערט צום דרעש-שײַער, און האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איר שװיגער האָט איר געהײסן. 7 און בוֹעַז האָט געגעסן און געטרונקען, און זײַן האַרץ איז געװען פֿרײלעך, און ער איז געגאַנגען זיך לײגן אין עק פֿון דעם תּבֿואה-הױפֿן. איז זי צוגעקומען שטילערהײט, און האָט אָפּגעדעקט זײַן צופֿוסן, און האָט זיך געלײגט. 8 און עס איז געװען אין האַלבע נאַכט, האָט דער מאַן אױפֿגעציטערט, און ער האָט זיך אױסגעדרײט, ערשט אַ פֿרױ ליגט אים צו פֿוסן. 9 האָט ער געזאָגט: װער ביסטו? האָט זי געזאָגט: איך בין רוּת דײַן דינסט; און זאָלסט אױסשפּרײטן דײַן ברעג קלײד איבער דײַן דינסט, װאָרעם אַן אױסלײזער ביסטו. 10 האָט ער געזאָגט: געבענטשט זאָלסטו זײַן פֿון ה׳, מײַן טאָכטער; דײַן לעצטע גוטסקײט האָסטו נאָך שענער געטאָן פֿון דער ערשטער, נישט צו גײן נאָך די בחורים, צי אָרים צי רײַך. 11 און אַצונד, מײַן טאָכטער, זאָלסטו נישט מורא האָבן; אַלץ װאָס דו װעסט זאָגן, װעל איך דיר טאָן, װאָרעם דער גאַנצער טױער פֿון מײַן פֿאָלק װײס אַז דו ביסט אַ װױלע פֿרױ. 12 און אַצונד, יאָ אמת, אַז אַן אױסלײזער בין איך, אָבער פֿאַראַן אַן אױסלײזער נענטער פֿון מיר. 13 בלײַב די נאַכט, און עס װעט זײַן אין דער פֿרי, אױב ער װעט דיך אױסלײזן, איז גוט, זאָל ער אױסלײזן; אױב אָבער ער װעט דיך נישט װעלן אױסלײזן, װעל איך דיך אױסלײזן, אַזױ װי ה׳ לעבט! ליג ביז אין דער פֿרי.

14 איז זי געלעגן בײַ אים צו פֿוסן ביז באַגינען, און זי איז אױפֿגעשטאַנען אײדער אײנער האָט געקענט דערקענען דעם אַנדערן; װאָרעם ער האָט געזאָגט: עס זאָל נישט דערװוּסט װערן אַז די פֿרױ איז געקומען אין דרעש-שײַער.

15 און ער האָט געזאָגט: גיב אַהער דאָס טוך װאָס אױף דיר, און האַלט עס צו. האָט זי עס צוגעהאַלטן, און ער האָט אַרײַנגעמאָסטן זעקס מאָס גערשטן, און אַרױפֿגעטאָן אױף איר. און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטאָט.

16 און זי איז געקומען צו איר שװיגער, האָט זי געזאָגט: װי איז דאָס מיט דיר, מײַן טאָכטער? האָט זי איר דערצײלט אַלץ װאָס דער מאַן האָט צו איר געטאָן. 17 און זי האָט געזאָגט: די זעקס מאָס גערשטן האָט ער מיר געגעבן, װײַל ער האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט נישט קומען מיט לײדיקן צו דײַן שװיגער. 18 האָט זי געזאָגט: זיץ, מײַן טאָכטער, ביז װאַנען װעסט װיסן װי די זאַך װעט אױספֿאַלן, װאָרעם דער מאַן װעט נישט רוען, ביז ער האָט געענדיקט די זאַך הײַנט.

Veja também

Publicidade
Rute
Ver todos os capítulos de Rute
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-16_06-50-08-