Publicidade

Rute 2

1 און נָעמי האָט געהאַט איר מאַנס אַ קרובֿ, אַ װױלפֿאַרמעגלעכן מאַן פֿון אֶלימֶלֶכס משפּחה, װאָס זײַן נאָמען איז געװען בוֹעַז.

2 און רוּת די מוֹאָבֿערין האָט געזאָגט צו נָעמין: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, אין פֿעלד, און איך װעל אױפֿקלײַבן זאַנגען הינטער דעם װאָס איך װעל געפֿינען חֵן אין זײַנע אױגן. האָט זי געזאָגט צו איר: גײ, מײַן טאָכטער.

3 איז זי אַװעק, און איז געקומען און האָט געקליבן אין פֿעלד הינטער די שניטערס, און אױף איר טראַף האָט זיך געטראָפֿן דאָס שטיק פֿעלד פֿון בוֹעַזן װאָס פֿון אֶלימֶלֶכס משפּחה. 4 ערשט בוֹעַז איז אָנגעקומען פֿון בֵית-לֶחֶם, און האָט געזאָגט צו די שניטערס: ה׳ מיט אײַך! און זײ האָבן צו אים געזאָגט: בענטשן זאָל דיך ה׳! 5 האָט בוֹעַז געזאָגט צו זײַן יונג װאָס איז געשטאַנען איבער די שניטערס: װעמעס איז די דאָזיקע יונגע פֿרױ? 6 האָט געענטפֿערט דער יונג װאָס איז געשטאַנען איבער די שניטערס, און האָט געזאָגט: דאָס איז אַ יונגע פֿרױ אַ מוֹאָבֿערין, װאָס האָט זיך אומגעקערט מיט נָעמין פֿון דעם פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ; 7 און זי האָט געזאָגט: לאָמיך קלײַבן, איך בעט דיך, און אױפֿזאַמלען צװישן די גאַרבן הינטער די שניטערס; און זי איז געקומען און איז געשטאַנען פֿון זינט פֿרימאָרגן אַזש ביז אַצונד; דאָס בלײַבן אירס אין דער הײם איז בלױז געװען אַ װײַלע. 8 האָט בוֹעַז געזאָגט צו רוּתן: פֿאַר װאָר, דו הערסט, מײַן טאָכטער? זאָלסט נישט גײן קלײַבן אין אַן אַנדער פֿעלד, און זאָלסט אױך נישט אַװעקגײן פֿון דאַנען; נאָר דאָ זאָלסטו זיך האַלטן מיט מײַנע מײדלעך. 9 דײַנע אױגן זאָלן זײַן אױף דעם פֿעלד װאָס זײ שנײַדן, און זאָלסט גײן הינטער זײ. פֿאַר װאָר, איך האָב באַפֿױלן די יונגען, דיך נישט אָנצורירן; און אַז דיר װעט דאָרשטן, זאָלסטו גײן צו די כּלים, און טרינקען פֿון װאַנען די יונגען שעפּן.

10 איז זי געפֿאַלן אױף איר פּנים, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָב איך געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, מיך צו דערקענען, אַז איך בין אַ פֿרעמדע? 11 האָט בוֹעַז געענטפֿערט און האָט צו איר געזאָגט: דערצײלן איז מיר דערצײלט געװאָרן אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן מיט דײַן שװיגער נאָך דײַן מאַנס טױט, און אַז דו האָסט פֿאַרלאָזן דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, און דאָס לאַנד פֿון דײַן געבאָרנשאַפֿט, און ביסט געגאַנגען צו אַ פֿאָלק װאָס דו האָסט נישט געקענט פֿון נעכטן-אײערנעכטן. 12 זאָל ג-ט באַצאָלן דײַן טוּונג, און דײַן שׂכר זאָל זײַן פֿאַרפֿול פֿון ה׳ דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס דו ביסט געקומען זיך באַשיצן אונטער זײַנע פֿליגלען. 13 האָט זי געזאָגט: לאָמיך געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן, מײַן האַר! װײַל דו האָסט מיך געטרײסט, און װײַל דו האָסט גערעדט צום האַרצן פֿון דײַן דינסט, און איך בין צו מאָל נישט װי אײנע פֿון דײַנע דינסטן.

14 האָט בוֹעַז צו איר געזאָגט: אין דער צײַט פֿון עסן, גענען אַהער, און װעסט עסן פֿון דעם ברױט, און װעסט אײַנטונקען דײַן ביסן אין זױערס. און זי איז געזעסן בײַ דער זײַט פֿון די שניטערס, און מע האָט איר דערלאַנגט געברענטע זאַנגען, און זי האָט געגעסן און איז זאַט געװאָרן, און האָט נאָך איבערגעלאָזן. 15 און װי זי איז אױפֿגעשטאַנען צו קלײַבן, האָט בוֹעַז באַפֿױלן זײַנע יונגען, אַזױ צו זאָגן: אױך צװישן די גאַרבן זאָל זי קלײַבן, און איר זאָלט זי נישט פֿאַרשעמען. 16 און אױך אַרױסציען פֿון די בינטלעך זאָלט איר פֿאַר איר אַרױסציען, און איבערלאָזן, אַז זי זאָל אױפֿקלײַבן; און איר זאָלט נישט אָנשרײַען אױף איר.

17 און זי האָט געקליבן אין פֿעלד ביזן אָװנט, און זי האָט אױסגעקלאַפּט װאָס זי האָט אָנגעקליבן, און עס איז געװען אַרום אַן אֵיפֿה גערשטן. 18 און זי האָט עס גענומען און איז אַרײַנגעגאַנגען אין שטאָט. און איר שװיגער האָט געזען װאָס זי האָט אָנגעקליבן, אױך האָט זי אַרױסגענומען און איר געגעבן װאָס זי האָט איבערגעלאָזן נאָך איר זעט. 19 האָט איר שװיגער צו איר געזאָגט: װוּ האָסטו געקליבן הײַנט, און װוּ האָסטו געאַרבעט? געבענטשט זאָל זײַן דער װאָס האָט זיך אומגעקוקט אױף דיר! האָט זי דערצײלט איר שװיגער בײַ װעמען זי האָט געאַרבעט, און זי האָט געזאָגט: דער נאָמען פֿון דעם מאַן װאָס איך האָב בײַ אים הײַנט געאַרבעט, איז בוֹעַז. 20 האָט נָעמי געזאָגט צו איר שנור: געבענטשט זאָל ער זײַן פֿון ה׳, װאָס האָט נישט פֿאַרלאָזן זײַן חֶסֶד מיט די לעבעדיקע און מיט די טױטע! און נָעמי האָט צו איר געזאָגט: דער מאַן איז אונדזערער אַ נאָנטער, ער איז פֿון אונדזערע אױסלײזער. 21 האָט רוּת די מוֹאָבֿערין געזאָגט: ער האָט מיר אױך אָנגעזאָגט: לעבן די יונגען װאָס בײַ מיר זאָלסטו זיך האַלטן, ביז װאַנען זײ װעלן ענדיקן דעם גאַנצן שניט װאָס בײַ מיר. 22 האָט נָעמי געזאָגט צו רוּת איר שנור: עס איז גוט, מײַן טאָכטער, אַז דו זאָלסט אַרױסגײן מיט זײַנע מײדלעך, און מע זאָל דיך נישט אָנטרעפֿן אין אַן אַנדער פֿעלד.

23 און זי האָט זיך געהאַלטן אָן בוֹעַזעס מײדלעך, צו קלײַבן ביז צום סוף פֿון גערשטנשניט און װײצשניט. און זי איז געזעסן בײַ איר שװיגער.

Veja também

Publicidade
Rute
Ver todos os capítulos de Rute
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-15_21-32-39-