1 און בוֹעַז איז אַרױפֿגעגאַנגען צום טױער, און האָט זיך דאָרטן געזעצט, ערשט דער אױסלײזער פֿון װעמען בוֹעַז האָט גערעדט, גײט פֿאַרבײַ. האָט ער געזאָגט: קום אַהער זעץ זיך דאָ, דער און דער. איז ער צוגעקומען און האָט זיך געזעצט.
2 און ער האָט גענומען צען מענטשן פֿון די עלטסטע פֿון שטאָט, און ער האָט געזאָגט: זעצט אײַך דאָ. און זײ האָבן זיך געזעצט. 3 האָט ער געזאָגט צום אױסלײזער: נָעמי װאָס האָט זיך אומגעקערט פֿון פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, פֿאַרקױפֿט דאָס שטיק פֿעלד װאָס האָט געהערט צו אונדזער ברודער, צו אֶלימֶלֶכן. 4 האָב איך געקלערט: איך װעל אַנטפּלעקן דײַן אױער, אַזױ צו זאָגן: קױף עס אַנטקעגן פֿאַר די װאָס זיצן דאָ, און אַנטקעגן פֿאַר די עלטסטע פֿון מײַן פֿאָלק. אױב דו װילסט אױסלײזן, לײז אױס! אױב אָבער מע װעט נישט אױסלײזן, זאָג מיר, כּדי איך זאָל עס װיסן, װאָרעם נישטאָ קײנער אַחוץ דיר אױסצולײזן, און איך בין נאָך דיר. האָט ער געזאָגט: איך װעל אױסלײזן. 5 האָט בוֹעַז געזאָגט: אין דעם טאָג װאָס דו קױפֿסט דאָס פֿעלד פֿון נָעמיס האַנט, און פֿון רוּת דער מוֹאָבֿערין, האָסטו געקױפֿט די װײַב פֿון דעם געשטאָרבענעם, כּדי אױפֿצושטעלן דעם נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם אױף זײַן נחלה. 6 האָט דער אױסלײזער געזאָגט: איך קען עס נישט אױסלײזן פֿאַר מיר, װאָרעם איך װעל נאָך פֿאַרדאַרבן מײַן אײגענע נחלה. לײז דיר דו אױס װאָס איך דאַרף אױסלײזן, װאָרעם איך קען נישט אױסלײזן.
7 און אַזױ איז געװען פֿאַרצײַטן אין יִשׂרָאֵל: בײַ אַן אױסלײז אָדער בײַ אַן אױסבײַט, צו באַפֿעסטיקן עפּעס אַ זאַך, האָט אײנער אַראָפּגעצױגן זײַן שוך און געגעבן דעם אַנדערן. און דאָס איז געװען צום עדות אין יִשׂרָאֵל.
8 האָט דער אױסלײזער געזאָגט צו בוֹעַזן: קױף עס דיר. און ער האָט אַראָפּגעצױגן זײַן שוך. 9 און בוֹעַז האָט געזאָגט צו די עלטסטע, און צו דעם גאַנצן פֿאָלק: איר זײַט עדות הײַנט, אַז איך האָב אָפּגעקױפֿט אַלץ װאָס האָט געהערט צו אֶלימֶלֶכן, און אַלץ װאָס האָט געהערט צו כִּליוֹנען און מַחלוֹנען, פֿון נָעמיס האַנט. 10 און אױך רוּת די מוֹאָבֿערין, מַחלוֹנס װײַב, האָב איך געקױפֿט מיר פֿאַר אַ װײַב, כּדי אױפֿצושטעלן דעם נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם אױף זײַן נחלה, אַז דער נאָמען פֿון דעם געשטאָרבענעם זאָל נישט פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײַנע ברידער, און פֿון דעם טױער פֿון זײַן אָרט; איר זײַט עדות הײַנט. 11 האָט געזאָגט דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין טױער, און די עלטסטע: עדות! ה׳ זאָל געבן אַז די װײַב װאָס קומט אָן אין דײַן הױז, זאָל זײַן אַזױ װי רחל און אַזױ װי לאה װאָס זײ בײדע האָבן אױפֿגעבױט דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל! און טו אױף העלדישקײט אין אֶפֿרָת, און האָב אַ באַרופֿענעם נאָמען אין בֵית-לֶחֶם! 12 און דײַן הױז זאָל זײַן אַזױ װי דאָס הױז פֿון פֶּרֶצן װאָס תָּמָר האָט געבאָרן יהוּדהן, פֿון דעם זאָמען װאָס ה׳ װעט דיר געבן פֿון דער דאָזיקער יונגער פֿרױ!
13 און בוֹעַז האָט גענומען רוּתן, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב, און ער איז צו איר געקומען, און ה׳ האָט איר געגעבן טראָגשאַפֿט, און זי האָט געבאָרן אַ זון. 14 האָבן די װײַבער געזאָגט צו נָעמין: ברוך ה׳ װאָס ער האָט דיך הײַנט נישט געלאָזן אָן אַן אױסלײזער, און זאָל זײַן נאָמען זײַן באַרופֿן אין יִשׂרָאֵל! 15 און ער זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ דערקװיקער פֿון דער זעל, און אױף אױסצוהאַלטן דײַן עלטער װאָרעם דײַן שנור װאָס האָט דיך ליב, האָט אים געבאָרן, װאָס זי איז דיר בעסער װי זיבן זין.
16 און נָעמי האָט גענומען דאָס קינד, און האָט עס אַרײַנגעטאָן אין איר בוזעם, און זי איז אים געװען פֿאַר אַ דערציערין. 17 און די שכנות האָבן אים געגעבן אַ נאָמען, אַזױ צו זאָגן: אַ זון איז געבאָרן געװאָרן בײַ נָעמין; און זײ האָבן גערופֿן זײַן נאָמען עוֹבֿד. דאָס איז דער פֿאָטער פֿון יִשַי דעם פֿאָטער פֿון דָוִדן.
18 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון פֶּרֶצן: פֶּרֶץ האָט געבאָרן חֶצרוֹנען; 19 און חֶצרוֹן האָט געבאָרן רָמען, און רָם האָט געבאָרן עַמינָדָבֿן; 20 און עַמינָדָבֿ האָט געבאָרן נַחשוֹנען, און נַחשוֹן האָט געבאָרן שַׂלמָהן; 21 און שַׂלמוֹן האָט געבאָרן בוֹעַזן, און בוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֿדן; 22 און עוֹבֿד האָט געבאָרן יִשַין, און יִשַי האָט געבאָרן דָוִדן.