Publicidade

Jeremias 26

1 אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: שטעל זיך אין הױף פֿון ה׳ס הױז, און זאָלסט רעדן צו אַלע שטעט פֿון יהוּדה װאָס קומען זיך בוקן אין הױז פֿון ה׳, אַלע װערטער װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן צו רעדן צו זײ; זאָלסט נישט מינערן אַ װאָרט. 3 אפֿשר װעלן זײ הערן, און זײ װעלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײ שלעכטן װעג, און איך װעל חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס איך טראַכט זײ צו טאָן, פֿון װעגן זײערע שלעכטע מעשׂים. 4 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױב איר װעט נישט צוהערן צו מיר, צו גײן אין מײַן תּורה װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר אײַך, 5 צוצוהערן צו די װערטער פֿון מײַנע קנעכט די נבֿיאים, װאָס איך שיק צו אײַך, און שיק נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד, און איר האָט נישט צוגעהערט, 6 װעל איך מאַכן דאָס דאָזיקע הױז אַזױ װי שילוֹ, און די דאָזיקע שטאָט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ קללה בײַ אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד.

7 און די כּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געהערט יִרמיָהון רעדן די דאָזיקע װערטער אין הױז פֿון ה׳. 8 און עס איז געװען, װי יִרמיָהו האָט געענדיקט רעדן אַלץ װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן צו רעדן צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ האָבן די כּהנים און די נבֿיאים און דאָס גאַנצע פֿאָלק אים אָנגעכאַפּט, אַזױ צו זאָגן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן! 9 למאַי האָסטו נבֿיאות געזאָגט אין נאָמען פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי שילוֹ װעט װערן דאָס דאָזיקע הױז, און די דאָזיקע שטאָט װעט זײַן װיסט אָן אַ באַװױנער? און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אײַנגעזאַמלט קעגן יִרמיָהון אין הױז פֿון ה׳.

10 און די האַרן פֿון יהוּדה האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער, און זײ זײַנען אַרױפֿגעקומען פֿון דעם מלכס הױז אין הױז פֿון ה׳, און האָבן זיך געזעצט אין אײַנגאַנג פֿון דעם נײַעם טױער פֿון ה׳. 11 און די כּהנים און די נבֿיאים האָבן געזאָגט צו די האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: טױטשטראָף קומט דעם דאָזיקן מאַן, װײַל ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט, אַזױ װי איר האָט געהערט מיט אײַערע אױערן.

12 האָט יִרמיָהו געזאָגט צו אַלע האַרן און צום גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט מיך געשיקט נבֿיאות צו זאָגן אױף דעם דאָזיקן הױז און אױף דער דאָזיקער שטאָט אַלע װערטער װאָס איר האָט געהערט. 13 און אַצונד בעסערט אײַערע װעגן און אײַערע מעשׂים, און הערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם, און ה׳ װעט חרטה האָבן אױף דעם בײז װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף אײַך. 14 און איך, אָט בין איך אין אײַערע הענט, טוט מיט מיר אַזױ װי עס איז װױל און װי עס איז רעכטפֿאַרטיק אין אײַערע אױגן. 15 אָבער װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז אױב איר טײט מיך, ברענגט איר אומשולדיק בלוט אױף אײַך, און אױף דער דאָזיקער שטאָט, און אױף אירע באַװױנער, װאָרעם ה׳ האָט מיך באמת געשיקט צו אײַך, צו רעדן אין אײַערע אױערן אַלע די דאָזיקע װערטער.

16 האָבן די האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק געזאָגט צו די כּהנים און צו די נבֿיאים: דעם דאָזיקן מאַן קומט נישט טױטשטראָף, װאָרעם אין נאָמען פֿון ה׳ אלוקינו האָט ער גערעדט צו אונדז. 17 און מענער פֿון די עלטסטע פֿון לאַנד זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן געזאָגט צו דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 18 מִיכָה פֿון מוֹרֶשֶת פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין די טעג פֿון חִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק פֿון יהוּדה אַזױ צו זאָגן:

אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:

צִיוֹן װעט װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן,

און ירושָלַיִם װעט הױפֿנס װערן,

און דער באַרג פֿון ה׳ס הױז צו װאַלדיקע הײכן.

19 האָבן אים דען טײטן געטײט חִזקִיָהו דער מלך פֿון יהוּדה און גאַנץ יהוּדה? פֿאַר װאָר, ער האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳, און ער האָט געבעטן בײַ ה׳, און ג-ט האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט אָנגעזאָגט אױף זײ; און מיר טוען זיך אַלײן אַ גרױס בײז.

20 און נאָך אַ מאַן פֿלעגט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון ה׳, אוּרִיָהו דער זון פֿון שמַעיָהון, פֿון קִריַת-יְעָרים; און ער האָט נבֿיאות געזאָגט אױף דער דאָזיקער שטאָט און אױף דעם דאָזיקן לאַנד, אַזױ װי אַלע װערטער פֿון יִרמיָהו. 21 און דער מלך יהוֹיָקים, און אַלע זײַנע גיבוֹרים, און אַלע האַרן, האָבן געהערט זײַנע װערטער, און דער מלך האָט אים געזוכט צו טײטן; אָבער אוּרִיָהו האָט געהערט דערפֿון, און ער האָט מורא געקריגן, און איז אַנטלאָפֿן און געקומען קײן מִצרַיִם. 22 האָט דער מלך יהוֹיָקים געשיקט מענטשן קײן מִצרַיִם, אֶלנָתָן דעם זון פֿון עַכבוֹרן, און נאָך מענטשן מיט אים, קײן מִצרַיִם. 23 און זײ האָבן אַרױסגעצױגן אוּרִיָהון פֿון מִצרַיִם, און האָבן אים געבראַכט צום מלך יהוֹיָקים, און ער האָט אים דערשלאָגן מיטן שװערד, און אַװעקגעװאָרפֿן זײַן טױט לײַב צװישן די קבֿרים פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק.

24 אָבער די האַנט פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען איז געװען מיט יִרמיָהון, אַז מע זאָל אים נישט געבן אין דער האַנט פֿון פֿאָלק אים צו טײטן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-